174
דאנהאלטן
ר 1ווררווררוורוו1רופורוורורורוא 1
צום 175'טן געבורטסטאָג פון אלעקסאנדער סערגייעוויטש פּושקין. דאָרף. -- דער נאכטיזעפיר און אנד. לידער אין
דער איבערזעצונג פון דאָװיד האָפּשטײן + + + + + + 3 יעכיעל פאליקמאן פײַער און אש (ראָמאן. פאָרזער צונג). צייכענוננען פון ג. קראװצאָ , .* *.ף * 8
ארן װערגעליס. פנעם ליבעיציקל (לידער). -- מיר נעמען שוין אזא מין פאל... (פּאָעמע), + + . . . . . 58 אף די שפורן פון געשעענעם. כאסקל זײַען קאפיטאן אלעקסאנדער מוק -- נאצ;אַנאלער העלד פון טשעכאָסלאָ וואקיע: יאקאָװ שװארצמאן דער מאָסקװער הימל און די מאָסקװער ערד; לעאָניד װערטליב. ער איז געװען צװישן די ערשטע! יאקאָװ קראָטשעקי ידאָס טײַערסטע באם מענטשן איז דאָס לעבן.'ז ש. גרוזבערג. דער אומפארגעסלעכער סעאנס . . 54 מאָטל גרוביאן באװוּנדער די װעלט (לידער) . . 76 הירש דאָבין דער ערשטער פּרוּוו (דערציילונג) . . 80 אװראָם קאצעװ. מיניאטיורן (לידער) + + י.י ; טעװיע גען לאנג און קורץ, װי דאָס לעבן (דער- צילונג) 04+ + + 74. 6 + + * 6 ;שקן ווע = 400
פּובליציסטיק
דער קאמף קעגן דער אידעאָלאָגיע און פּראקטיק פונעם ציעניזם -- א לעבנסינױטװענדיקײַט פארן ייַסראָעליפאָלק און פאר אלע פּראָגרעסיווע קויכעס (דאָקומענט, באשטע- טיקט פונעם 17יטן צוזאמענפאָר פון דער קאָמוניסטישער פארטיי פון ייַסראָעל) + + + * + + + . . . . :14 נ. ריכטער. דער וועג צוזאמענפאָר פון דער קאָמפאר טײ פון ייַסראָעל . + + + * * * + 6 + ; 2 6 2 1528
מענטשן -- זײער צײַט און זײער גױרל. יעכיעל טשיטשעלניצקי. זײַן ליכטיקער שפּורוּ יאשע רוביאן מײַן ברודער מאָטל גרוביאן . . . . . 155
ליטעראטור-קריטיק. ביבל;אָגראפיע. פראגן פון קוגסט
יעשוע ליובאָמירסקי. דער פאָלקסיארטיסט בי- ניאָמין זוסקין + + + + * + + + + + 2 6 2 2 1655 קורצע רעצענזיעס. יעכיעל פאליקמאן דער קױעך פון עמעס;: מאָטל טאלאלאיעװסקי דער אָרי גינאל און די איבערזעצונגי + + + + + + . . . . 14 קאָמענטארן פון רעדאקציע. די סאָוועטישע ארמי האָט געראטעוועט דאָס יודישע פאָלק פון פארניכטונג. -- ארום די געשעענישן אין טשיליע. -- א קניפּ אין באק,
די פארב זאָל שטײן + + + + +,* + + . . . . חע אונדזערע מיטײלונגען. דאָװיד בעלקין דער גרױי
סער הומאניסט און פעלקעריפרײַנט + + + . . . . 181 פארשיידגס + + + + + + + *,. + . 2 6 . . 184
ביבלזאָגראפיע. אבע פינקעלשטײן א. ס. פּושי קינס װערק, דערשינענע אין יידיש + + . . . . . 186 נאָטיצן אפן קאלענדאר + *+ + * + + + . . . . 2 18 כראָניק + + + * + + . . . . . . 54 164, 183, 189 לאָמיר זינגען נײַע לידער. צי װײניק כ'וויל, צי כ'וויל א סאך. װערטער פון ארן װערגעליס, מוזיק פון סערגײ טשעבאָטאריאָװו . + + + + + + + + . . . 2 2 188 עליע פאלקאָװיטש. שמועסן װעגן ייַדישער שפּראר 190
הױיפּטירעדאקטאָר
א. ווערגעליס.
רעדקאָלעגיע:
כ. ביידער, א. גאָנטאר,
ש. גאַרדאָן, ט. גע
י, טשיטשעלניצקי (שטעלפארטרעטער פון הױיפּטירעדאקטאָר), נאָטע לוריע, מ. לעוו, ב. מילער, כ. מעלאמוד,
ה. פּאָליאנקער, ס. פר. פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר י. שוסטער
צום 178= טו געבורטסכטאָג פון אלעקסאנרער סערגייעוויטש פושקין
ר יינ - - די 6
א. ס. פּושקין
דאָרף
כ'באגריס דיך, ווינקעלע פארװאָרפנס, שטילע היים,
װוּ כיקאָן פון מי און פון באגײַסטערונג געניסן!
א שטראָם פון מײַנע צארטע טעג דאָרט פליסט געהיים אין שויס פון גליק און דרעמל זיסן!
כ'בין דײַנער, כ'האָב פון רייץ און זינד די שיינע ועלט,
די בעלער און די פּוסטע פּראכט פון הויף פון שטרענגן
פארביטן אף דעם שטילן רויש פון וואלד און פעלד,
אף פרײַער ליידיקגייערשאפט -- דעם פרײַנט פון דענקען: כ'בין דײַנער: איך האָב ליב דעם טונקלען סאָד, די פרישקײַט זײַנע, זײַנע בלומען,
די לאָנקע, ברייט מיט סטויגן דופטיקע פארנומען,
װוּ טײַכלעך רוישן צווישן שטרױיכיקן באראָטוּ
פאר מיר אין דעם ארום דאָ שוועבן שטילע בילדער:
פון אָזערעס פון צוויי כ'זע פלאכן בלויע, מילדע,
דעם פישערס װײַסער זעגל װײַזט זיך דאָרט אמאָל,
נאָך זי א ריי פון בערגלעך, פון געשטרײפטע פעלדער. דאָרט װײַט צעװאָרפן כאטעס עלנטע,
און טשערעדעס זיך פּאשען דאָרט אין װײַטן טאָל,
און ווינטמילן, און שײַערס רויכיקע ניט זעלטן; אף אלץ א שפּור פון זעט, פון מי, פון שווערן אֶל.
אָט דאָ, באפרײַט פון טומלדיקע פּענטעס,
איך לערן זיך אין עמעס אויסגעפינען גליק
און שעצן דעם געזעץ מיט פרײַער זעל און בליק,
ניט אויסהערן די קלאָגעניש פון מענגע טעמפּער,
מיט מיטלײַד ענטפערן אף שטיל געבעט און פּײַן און קיינמאָל ניט מעקאנע זײַן
דעם גאנעוו און דעם נאר אף גרױסקײַט ניטיפארדינטער.
אָראקולן פון דוירעס, כ'פרעג בא אײַך דאָס מאָל! אין שטילער איינזאמקײַט אצינדער
איז קלאָרער אײַער מונטער קאָל;
עס טרײַבט די פוילקײַט און דעם טונקלען דרעמל,
געבירט אין מיר א ברען צו מי,
און אײַער שעפערישער וילן
אין טיפקײַט רײַפט אין זעל בא מיר.
נאָר איין געדאנק מאכט שווער דאָס הארץ דאָ אומגעהויער: אין בל;ענדיקן שיינעם קאנט דער פרײַנט פון מענטשהײַט אומעטום באמערקט מיט טרויער פון ווילדן אומוויסן די אומגליקלעכע שאנד. אף טרערן ניט געקוקט, ניט הערנדיק די קרעכצן, דער ווילדער אדל האָט מיט ריטער און מיט גוואלדן שוין צוגענומען אָן ראכמאָנעס, אָן געזעצן
באם ארבעטער פון ערד זײַן מי, זײַן צײַט, זײַן אלץ, וי ס'װאָלט דער גוירל אים פון מענטשן-פּײַן באשאפן. דער פּאָרעץ גוואלדטאטן און אומרעכטן נאָר זייט, און טרײַבט מיט בײַטשן נאָך דעם אקער אף זײַן בייט די דארע נאָכגעביקע שקלאפן. אָן קיין שוֹם האָפּענונג, אָן קיין באגער דאָ טראָגן אלע ביזן גרוב דעם יאָך, דעם שװערן; דאָ בליען יונגע מיידלעך מער פאר טײַװע פון דעם אויסגעלאסענעם פארברעכער. דער ליבער אָנלען פון די טאטעס אף דער עלטער, די יונגע זין, -- אין הארבער מי די טרײַע העלפער -- פון היים, פון שטיבל גייען זי מיט זיך פארמערן די צאָל פון קנעכט פארפּײַניקטע אין ארבעט שווערער. ווען הערצער אופרירן מײַן שטימע װאָלט געקענט! פארװאָס אין הארץ בא מיר אָן פרוכט א פײַער ברענט, פון שטראָף-רייד גרויזאמע קיין גאָב אין מײַנע הענט? צי װעל איך, פרײַנט, דערזען דאָס פאָלק, באפרײַט פון קייטן, דער יאָך פון קנעכטשאפט פאלט, עס פאלט דער צאר אין קריג, און איבער פאָטערלאנד װעט אופגיין און זיך שפּרײטן די זון פון פרײַער בילדונג און פון הויכן גליק!
1819
דער נאכט= זעפיך
דער נאכט-זעפיר, ער שטראָמט עפיר. עס רוישט,
עס ברויזט גוואדאלקוויוויר.
די לעװאָנע וי פון גינגאָלד, שטילער... שא... א צארטער טאָן... אָט א שפּאניערן א פלינקע שפּארט זיך אָן אין דעם באלקאָן.
דער נאכט-זעפיר, ער שטראָמט עפיר, עס רוישט,
עס ברויזט גוואדאלקוויוויר.
ווארף די שאל, זיך װײַז, געבענטשטע, וי די זון-שײַן, קום באנײַס!
דורך טשוהונענע פּארענטשעס
דײַן שיין פיסעלע באװײַז!
דער נאכט-זעפיר, ער שטראָמט עפיר. עס רוישט,
עס ברויזט גוואדאלקוויוויר.
1824
נאנט
פאר דיר מײַן שטים איצט קלינגט, א בענקענדע, א צארטע, פאר דיר זי װעקט די נאכט די שװײַגנדיקיפארטראכטע.
א טרויעריקע ליכט בא מײַן געלעגער ברענט;
דער שטראָם פון מײַנע פערזן פליסט און רוישט און בלענדט, א קוואל פון ליבע רוישט, מיט דיר איז פול אינגאנצן.
אין פינצטערניש פאר מיר די אויגן דײַנע גלאנצן
און שמייכלען מיר, און קלאנגען זיסע איך דערהער:
מײַן צארטער פרײַנט, איך האָב דיך ליב און דיר געהער...
.823
באנוס= ליד
װאָס שװײַגט עס פון פריידן דאָס קאָלוּ זאָלן לעבן די מוזעס, דער סייכל זאָל פלאמען! געזאנגען, ניט לאָזט אף זיך ווארטף דו, זון, דוד אלהייליקע, גל זאָלן לעבן די מיידלעך די צארטע, וי בוימל-שײין בלייכט און גייט אויסעט די פרויען, װאָס האָבן געליבט אונדז אמאָלו פארן לויטערן אופגאנג פון פרי, גיסט פולער די גלעזער, אזוי צאנקט די קלוגשאפט די פאלשע און נעמט טרינקע! גויסעט געדיכט איז דער װײַן, פארן סייכלס אומשטערבלעכער מאכט. אין גלאָז ווארפט ארײַן זאָל לעבן די זון, זאָל פארזינקען די נאכט!
די טײַערע הארציקע רינגעף די גלעזער א הייב טאָן, א קלונג טאָן צוואמעף! 1825
א װינטער=אָוונט
דער געװיטער הימלען כוישעכט, לאָמיר טרינקען, פרײַנדן עכטע שניייוויכערס ער דרייט געשװינדו פון מײַן אָרמער יוגנט"פּײַן, װי א כײַע, אָט ער רוישט דאָרט, טרינק פון צאָרעס; װױּיז דאָס קווערטל? אָט צעוויינט זיך, וי א קינד, אפן הארץ װעט גרינגער זײַן אף דעם אלטן דעכל װעט ער זינג א ליד, װי ס'לעבט א פויגל באלד די שטרוי א טרייסל טאָן, פרײַ אין יאמען-װײַטן לאנד; וי א דורכגייער א שפּעטער, זינג א ליד מיר, װי א מיידל אונדז אין פענצטער קלאפּט ער אָן איז צום ברונעם פרי געגאן.
דער געויטער הימלען כוישעכט, אונדזער שטיבעלע דאָס אלטע שניי-וויכערס ער דרייט געשװינד; איז אין טרויער אײַנגעהילט. װי א כײַע, אָט ער רוישט דאָרט, װאָס זשע זיצסטו דאָרט, מײַן אלטע אָט צעװויינט זיך, װי א קינד. בא דעם פענצטער אײַנגעשטילט? לאָמיר טרינקען, פרײַנדן עכטע צי דאָס ברומען פון געװיטער פון מײַן אָרמער יוגנט-פּײַף
טרינק פון צאָרעס; װוּ'ז דאָס קווערטל?
האָט, מײַן פרײַנט, דיך אײַנגעמידט, אפן הארץ װעט גרינגער זײַן.
צי צום שלאָף דער שפּינראָד ציט דיך
מיט זײַן זשומען, מיט זײַן ליד 5 א א * ניט זינג, דו שיינהײיט, נעבן מיר דאָס ליבע, פּײַנפולע געשטאלט פון גרוזיע די טרויער-לידער: פארגעס איך, ווען כ'דערזע דײַן פּאָנעםו א װײַטן ברעג זי מאָלן מיר, נאָר אז דו זינגסט, איך זע עס באלד,
און אלטע ליידן זיך דערמאָנען. ניט זינג, דו שײינהײַט, נעבן מיר אָ, יאָ, איך זע עס, דאָס געזיכט פון גרוזיע די טרויער-לידער: פון דעם פארלאָזטן װײַטן מיידל, א װײַטן ברעג זיי מאָלן מיר,
און סטעפּ, און נאכט, לעװאָנעיליכט, אן אנדער לעבן זע איך װידערי דײַן ליד דערמאָנט מיר אלטע לײידן. 28.
אן אנדער לעבן זע איך ווידער.
* א א
שוין בערגלעך גרוזישע מיט טונקלקײַט פארשטעלט; עס רוישט אראגווע אומגעהויער.
ס'איז אומעטיק און גרינג; עס איז מײַן טרויַער העל; מיט דיר איז ער דאָך פול, מײַן טרויער,
מיט דיר, מיט דיר אליין... מײַן אײַנגעשטילטן צאר טוט גאָרניט פּײַניקן און ניט באטריבן,
און ס'פלאמט דאָס הארץ באנײיס, און ס'ליבט דערפאר, װײַל ס'קאָן ניט, קאָן שוין ניט ניט ליבן.
1829 װידערקאָל צי הוילט א כײַע טיף אין וואלד, נעמסט אוף פון דונערן דעם קנאל, א האָרן שאלט, א דונער פאלט, דעם רויש פון הויכן וואסערפאל,
פון פריַע פּאסטעכער דעם שאל --
א מײידל זינגט, -- דו ענטפערסט באלד מיט קלאנג-געוועט;
אף יעדער קלאנג, אליין אָן מיטקלאנג איבעראל... אף יעדער בויג, אף יעדער פאלד װי דו, פּאָעט. אִיִן לופט-געהאנג. 1831 ליט אראבישן באָכער צארטער, באָכער ליבער, זע, מיר זײַנען זאלבעצוויי, שעם זיך ניט, געפעלסט דאָך מירו פּונקט צויי ניסעלעך פארייניקט, ביידע ברענען מיט איין פיבער, װאָס איין שאָלעכץ ווארעמט זי מיט איין לעבן לעבן מיר. זאָל מען לאכן, ס'ארט מיך װײניק -- 1835
איבערזעצונגען פון דאָװיד האָפּשטײן
=
יעכיִעל פאליקמאן
52
124
(געעמנשי
5 ווען סטעפקע האָט אופגעשלאָסן די טיר און דערזען, אז אין דער היים איז קיינער ניטאָ, האָט זי דערפרייט זיך, נאָר קימאט אײנצײַטיק איז זי אויך גע- װאָרן אומרונק. וועגן דעם האָט זי אפילע קיין טראכט ניט געטאַן; אז זי קאָן ניט טרעפן אָלגען און עס װעט פּאָשעט ניט זײַן וועמען צו רופן. אָבער װאָס הייסט דאָס-- ניט נאטאשקע, ניט אָלגע: זי האָט אָנגעצונדן דאָס לעמפּל, װאָס בא דער פליטע, און, טראַגנדיק עס אִין ביידע הענט, זייער אופמערקזאם באקוקט די קיך און דאָס צימער. אלץ איז געווען אף אן אָרט, אין פולער אָרדענונג. דאָס האָט זי א ביסל בארויקט. ווען א פּלוצעמדיקער איבערפאל, אן אונטערזוכונג -- אזוינס איז שוין אויך דורכגעלאָפּן בא איר אין קאָפּ, הײַנט האָט מען בא- זונדערס געקאָנט דערווארטן אלץ--װאָלט אין שטוב געווען האָרעיקאָרע, און מע װאָלט אוואדע זי אויך, סטעפקען, מאטר;עך געווען, אפילע באם רודעי, אָדער מע װאַלט דאָ געד ווארט אף איר. 2 : אין קיך, אפן דיל, שוין ווען זי האָט דאָס צווייטע מאָל באקוקט די קיך, האָט זי באמערקט עטלעכע שטיקלעך בלאָטע מיט סימאָנים פון אָפּצאסן -- גרעסערע, איידער פרויישע. דאָ איז געווען א מאנצבל, אפילע צוויי, נאָר ניט אין איינער און דער זעלבער צײַט. בא דער ניט געהייצטער פּליטע איז דאָס שטיקעלע בלאָטע מער צוגעטריקנט געווען, װי יענע צוויי-דריי, װאָס זײַנען געבליבן בא דער טיר, און אליין די אָפּצאסן האָבן זיך אונטערשיידט: אינעם מער צוגעטריקנטן, מיט אן אײַנגעקװעטשט שטרויעלע, האָט זיך פארהיט דער אָפּדרוק פון א פּאָדקעװע, װי בא דאָרפסלײַט... אָט דאָס האָט סטעפקע באמערקט, און עס האָט זי נאָך מער בארויקט. איינער פון די מאנצבלען האָט געקאָנט זײַן ליאָניע, ער טראָגט קיין פּאָדקע- װועס ניט, און דער צווייטער, אויב ער איז ווירקלעך פון א דאָרף, איז עפשער ניטאָ װאָס איבערצוטראכטן? אויסגעשטעלט זיך אלץ צום בעסטן, און כאָטש די אנגסט איז פאָרט געבליבן, האָט סטעפקע געזוכט א טרייסט נאָך אין איין זאך: מע װאָלט איר איבערגעלאָזט א צעטעלע, כאָטשבי א פארשטעלטס, װען מע קלײַבט זיך ניט גיך קומען צוריק. נאָר אָט דאָס האָט זי א טראכט געטאָן שוין גראָד אויך איבער עפּעס אנדערש: אָלגע װעט זיך אומקערן, און װיי אויב דעם רודעי, אָדער יענעם צווייטן, דעם גענעראל, ער איז גאָר אן אײַנגעגעסענער, װעט
פאָרזעצונג. אָנהײב זע ,סאָװעטיש היימלאנד" נומ. 5, 1974.
אײַנפאלן װידער שיקן אהער זי, סטעפקען, צי-- און דאָס װעט זײַן נאָך ערגער -- עמעצן, זאָל זײַן, דעם שאָפער?
שנעל אָפּגעזוכט א ריין שטיקל פּאפּיר און א בלײַער, האָט סטעפקע אָנגעשריבן:
.אָלינקע! איך בין דיך געקומען אײַנלאדן צום שעף, ער האָט א גאסט און מיר װאָלטן גוט פארבראכט דעם אָװנט. נאָר איך האָב געטראָפן דײַן צעטעלע, אז די ציין טוען דיר וויי, אז דו ביסט ערגעץ אװעק זיך אויסייצענען, װאָס צו טאָן. כוץ אלץ, װאָס מע װעט דיר אייצען, טו אויך אזוינס---בינד גוט ארום די באק":
דאָס מאָל האָט סטעפקע אױסגעטאָן דעם מאנטל בא קרומפײַלן אין קליינינקן פאָדער- צימער, אופגעהאנגען אים באנאנד מיט די צװיי שינעלן--דעם שווארצן און דעם העל- גרויען, ביידע פון גוטן געוואנט. זי האָט אויך צוגעקעמט זיך בא דער שמאָלבלעכער טריומאָ, אָפּגעפרישט די פארב אף די ליפּן, לײַכט צוגעפּודערט דאָס פּאָנעם--עס זײַנען אף דעם צעגאנגען עטלעכע שנייעלעך. זי האָט בעקיוון צעצויגן די צײַט, אין צימער האָט גערעדט די ראדיאָ. דער אופנעמער איז אײַנגעשלאָסן געווען ניט הויך, נאָר סטעפקע האָט לוט דער אינטאָנאציע דערקענט, --- צוערשט לוט דער אינטאָנאציע, און דאָס האָט זי געצװונגען פארטײַען דעם אָטעם:--דער דיקטאָר האָט גערעדט אף רוסיש, און אזוי, װי נאָר די מאָסקװער דיקטאָרס ריידן..
סטעפקע איז ניט זיכער געווען --מע האָט אין צימער געהערט, צי ניט געהערט, אז זי האָט זיך אומגעקערט, דערפאר האָט זי לאנג פארהאלטן זיך אין פאָדערצימער ניט געטאָרט, און די טיר איז געווען א מאסיווע, עס האָבן דורך איר זיך דערטראָגן איינציקע ווערטער, לוט וועלכע מע האָט בלויז געקענט פארשטיין, -- מע גיט איבער נײַס. כוץ דעם, האָבן די צוויי דײַטשן זיך איבערגעװאָרפן מיט רעפּליקעס, דאָס האָט אויך געשטערט הער אין אויסגעקומען ארײַן אין צימער.
װי סטעפקע האָט דערווארט, איז באם אופנעמער געזעסן פאָן גלייעוויץ. קרומפײַל איז געשטאנען לעבן פענצטער און דורכן עטװאָס פאנאנדערגערוקטן פאָרהאנג געקוקט אין פינ- צטערן דרויסן. קלאָר, פאָן גלייעוויץ האָט איבערגעזעצט, און די נײַס זײַנען די דײַטשן ניט געפעלן --ביידע זײַנען, קענטיק, געווען צערודערט. װוען סטעפקע איז ארײַנגעקומען, האָט דער גענעראל צוגעדרייט דעם אופנעמער, עס זאָל זיך דערטראָגן בלויז א שעפּטשען, נאָר ניט אױסגעשלאָסן אים.
-- איך זע, איר זײַט געקומען אליין, סטעפא, -- האָט ער געזאָגט אָן דער פריערדיקער אופגעלעבטקײַט און אויך אָן יענעם אומגעדולד, מיט װעלכן ער האָט זי ארויסבאגלייט,-- װאָס ועט איר אונדז דערקלערן?
סטעפקע האָט געזאָגט, אז איר שכיינע פילט זיך ניט גוט, די ציין טוען װײ. ערגעץ איז זי אוועק זוכן הילף.
-- טריוויאל, טריוויאל, -- פאָן גלייעוויץ האָט א קרומלעכן שמייכל געטאָן --מיילע, איינס איז גוט --מיר זײַנען שוין אי הונגעריק, אי דאָרשטיק. אִיר אויך אוואדע, סטעפא. גיט אהער די אוכאו
מע האָט, הייסט עס, געװאָלט, זי זאָל אװעק אין קיך. די דײַטשן האָבן װידער העכער געמאכט די ראדיאָ, זי האָבן אָבער ניט געקאָנט ניט ויסן, אז עפּעס, אויב ניט אלץ, װעט זײ הערן, װאָס זשע האָט געצװוּנגען די דײַטשן א מאך טאָן אף דעם מיט דער האנט און אײַנשליסן מאָסקװע? צו סטעפקען האָט זיך דערטראָגן: טוניס. די ענגלענדער האָבן פארכאפּט א וויכטיקן אעראָדראָם, זיי זאמלען דאָרט אָן דעסאנטלער, װאָס װערן אריבערגעװאָרפן פון אלזשיר, און שאפן א נײַעם פראַנט. נאָך איין מיטיילונג: ליביע. די פארבינדעטע האָבן פאר- נומען בענגאזי און געפינען זיך דרײַסיק קילאָמעטער פון ביזערטע.
װײַטער איז מיסטאמע אװועק וייניקער אינטערעסאנטס, מע האָט דעם אופנעמער צו- געדרייט צי אױסגעשלאָסן. די דײַטשן האָבן ניט הויך זיך דורכגערעדט, סטעפקע איז ארײַן מיט צוויי דאמפיקע טעלער פיש-יויך אף א טעצל, און ביז זי האָט זיי אוועקגעשטעלט אף די פון פאָרויס צוגעגרייטע פּליטקערע טעלער, און ביז זי איז ניט אוועק צוריק מיטן טעצל, קעדיי ברענגען די דריטע פּאָרציע (דערבײַ האַט זי פון דער ערשטער רעגע אָפּגעמערקט, אז דאָס גרינע אייגל פונעם , טעלעפונקען" לױיכט טאקע ניט), האָבן פאָן גלייעוויץ און קרומפײַל גאנץ פארמאָרעשכוירעטע געשוויגן. נאָר אָט האָט זי זיך אומגעקערט (די דײַטשן זײַנען נאָכאמאָל אנשוויגן געװאָרן). זי האָט אוועקגעשטעלט אויך איר טעלעֹר אפן טיש, א גלײַך געטאָן יעדנס געשיר און, גאסטפרײַנטלעך-אופגערוימט, נאָר מיט יענעם ביסעלע זאָרג, װאָס בלײַבט שטענדיק בא א פרוי, ווען זי גרייט עפּעס צו, א שמייכל געטאָן, אײַג- געלאדן צוטרעטן צו דער װעטשערע. אָט דעמלט, ווען מע האָט שוין אָנגעגאָסן װײַן אין די
9
קעלישעקלעך, יעדערער האָט אוועקגעלייגט פאר זיך צובײַסעכץ, האָט פאָן גלייעװויץ צוגעד דעקט מיט א דלאָניע זײַן ניט גאָר פול קעלישעקל קאָניאק, -- מיסטאמע א הויך-אָפיצערישער זשעסט, װער װוייסט, צי דער זשעסט פון א געוויינלעכן שיקער, װאָס צעציט די האנאַעו-- און געזאָגט װידער מיט אזא קרומלעכן שמייכל, װי בייס סטעפקע האָט זיך אומגעקערט פון אָלגען:
-- אונדוער סטעפא קער טראכטן: װאָס עפּעס--- מאָסקװע? װועלן מיר עס איר דערקלערן, רודי, ביז מיר זײַנען נאָך אלע ניכטער.. שטארקע מענטשן, שטארקע מענער-- בלויז מענער קעמפן דאָך אפאנעמעסן -- זי מוזן קענען דענקען אָביעקטיו. ניט נאָר מע מעג, מע דארף הערן, װי דער פּײַנט, אנטשולדיקט, מירן עס זאָגן אנדערש-- דער קעגנער, באטראכט די לויפנדיקע געשעענישן. איך פרעג אים, רודאָלפן: האָסט אן איבערזעצערן, אזא פײַנע רוסף צי הערסטו כאָטש אמאָל מיט איר הילף, װאָס יענע, אירע, זאָגן? ניין, א דעמב, און גאָהּ האָב איך אים אָט ערשט באוויזן: די רוסן גיבן אָן די נײַס, אפילע אזעלכע, װאָס זײַנען אין געגעבענעם פאל גאנץ גינסטיק פאר זײי, מער צוריקגעהאלטן, איידער בערלין.
-- אַז--סטעפקע האָט דאָס ארויסגעבראכט פארכידעשט, און אזוי, פּונקט זי זאָל שעצן דעם גענעראלס אָפּנהערציקײַט-- די עטלעכע שטאָך זײַנע האָט זי, הייסט עס, ניט גענומען אין אכט. און גלײַך טאקע, מיט א שמייכל, א קאָקעטישן, נאָר אויך עטװאָס א נעקאָמעדיקן, בייס אזא װוילמוטיקער פּיקיראָווקע מעג מען, האָט זי באמערקט:--נאָר עס באקומט זיך, ליידער, הער גענעראל, אז איר דערװויסט זיך גאָרניט פון דעם, װאָס איר הערט דעם קעג- נערס מיטיילונגען...
קרומפײַלן איז, קענטיק, פּריקרע געווען דער שמועס, עפשער איז דאָ אפילע געגאנגען ניט אין דעם, צי ניט נאָר אין דעם, װאָס פאָן גלייעוויץ האָט ווידער אים, דעם באלעבאָס, ארויסגעשטעלט צום נאר --,א דעמב", און סטעפקע האָט, באקומט זיך, כאָטש ניט דירעקט, נאַר אים פארטיידיקט; קרומפּײַל איז ניט מער כמורנע געווען, װי בייס מע האָט זיך געזעצט צום טיש. פארזאָרגט א בליק געטאָן אף אלץ, װאָס דאָ איז אָנגעשטעלט, האָט ער אוואדע געמיינט פּאָטעט איבערײַסן דעם געשפּרעך, נאָר װײַל דער גאסט האָט ניט באמערקט, צי ניט געײַלט זיך באמערקן אָט דעם בליק, און װידער געעפנט דאָס מויל, קעדיי עפעס זאָגף האָט קרומפײַל אים אָפּגעשטעלט:
-- ווארט, היינריך. זאָגסט-- שטארקע מענטשן, שטארקע מענער.. קעדיי דײַטשלאנד זאָל זײַן שטארק, דארף עס האָבן שטארקע קעגנער. ערגעץ האָב איך עס געלייענט. אלזשיר, טוניס, ליביע--עס איז אלץ נאָך ניט דאָס, אף װאָס די רוסן ווארטן. עפשער האָט גאנץ צאָפן-אפריקע שוין אַפּגעשפּילט איר ראָל. אָבער אפן קאַנטינענט רוקן זיך ניט רוסלאנדס פארבינדעטע, דאָס װעט געשען ניט שנעל... און די סיטואציע, וועגן וועלכער דו װייסט, איז עפשער האָט זי זיך דיר טאקע אויסגעוויזן א ביסל צו... צו ריזיקאליש! הערסט דאָך: שלאכטן אין ראיאָן פון דער שטאָט, און אין זאװאָדישן טייל --- אין זאװאָדישן, דאָס הייסט, אין שטאָט גופע, באם טײַך ---אָפּגעשלאָגן אטאקעס פון קליינע דײַטשישע גרופּעס.. דאָס זאָגן די רוסן אליין, הײַנט, און דאָס; װאָס אין אונדזער מיטיילונג װערט דערמאָנט דער דאָן, יענער קא- לאטש, איז עס א ברייטערער סטראטעגישער קוק אף דער סיטואציע.
-- יאָ, רודי, יאָ, -- פאָן גלייעוויץ האָט אָפּגעדעקט דאָס קעלישעקל און קוקנדיק אין א זײַט, אפן דיל, געזאָגט ערנסט, כאָטש אן אומפארשטענדלעכער שמייכל האָט עטװאָס געצוקט זײַנע געל-בלאסע ליפּן, -- רעדסט, רודי, אזוי, װי איך זאָל אָטאָ מיט סטעפקעס הילף זיך קלײַבן װידער ארויסשלעפן בא דיר פון דער קעשענע דעם מאָסקװער מעטראָפּאָליטען. פאר- שטיי, ליבער פרײַנט, אז דו האָסט אין דער שפּיל קאפּיטאל, װאָס מע האָט דיר בלויז צוגע- זאָגט, און איך האָב דאָ אייגנס.. אזוי, אז--צום טײַװל! לאָמיר אויסטרינקען--ע. פאר דער באגעגעניש מעג איך!--און לאָמיך שוין אראָפּטלינגען דאָס. װאָס עס ווארט דאָ אף אונדז!
מע האָט אויסגעטרונקען און געגעסן שטיל דאָס קאלטע פארבײַסעכץ, דערנאָך די עט- װאָס אויסגעקילטע יויך. קרומפײַל האָט זיך אָנגעגאָסן נאָך א קעלישעקל, שטום, כמורנע איבערגעבליקט זיך מיטן גאסט, ס'הייסט, װי יענער װיל, ער קאָן זיך אויך אָנגיסן, און אויב ניט, איז ניט, פּונקט אזוי שטום א בליק געטאָן אף סטעפקען, פארקרימט זיך פונעם געטראנק, װאָס ער האָט פלינק איבערגעקערט אין מויל, און געגעסן װײַטער לאנגזאם, קאָנצענטרירט.
פאָן גלייעוויץ האָט געכאפּט א קוק אפן האנטזייגער און געזאָגט:
-- באלד װעלן מיר הערן, װאָס די ענגלענדער שיקן אין עפיר אף דײַטש--עס אִיז פּונקט די צײט.
10
ער האָט אף האלב, צוזאמען מיטן בענקל, זיך אויסגעדרייט צום אופנעמער, אײַנגעשלאָסן אים, געװאָלט דערלאנגען דאָס זורירעדעלע, נאָר מיטן עלנבויגן פון דער. צווייטער האנט, װאָס איז ליגן געבליבן אפן טיש, פארטשעפּעט זײַן קעלישעקל, ס'האָט זיך אראָפּגעקײַקלט אף די קני, פארגאָסן מיט עטלעכע טראָפּנס װײַן, װאָס זײַנען דאַרט געבליבן, די גאליפע. ביז דער גענעראל האָט צוריק אוועקגעשטעלט דאָס קעלישעקל און א רײַב געטאָן מיטן נאַזטיכל דאָרט, װוּ ס'איז געווען פארשפּריצט, האָט דער אופנעמער זיך צעזשיפּעט, און באלד האָט פון אים זיך דערטראָגן אן אופגערעגטע, מונטערע רוסישע שטים, װאָס איז געװאָרן אלץ שטארקער:
-- אכטונג! עס ארבעטן אלע ראדיאָסטאנציעס פון סאָװעטנפארבאנדוּ
-- עפּעס ניט פּראָסט, --האָט געזאָגט פּאָן גלייעוויץ, -- ניט פּראָסט..
עס האָבן שוין ברייט אוֹן פּײַערלעך געקלונגען די מאָסקװער רוףיסיגנאלן. סטעפקע האָט מיט ביידע עלנבויגנס זיך אַנגעשפּארט אין טיש, פארשטעלט מיט די דלאָניעס די באקן, און אָט אזוי, מיט צונויפגעפּרעסטע ליפּן, ס'איז ניט קלאָר געװוען --זיי פארבאָרגן א שמייכל, צי טיפע שמערץ, מיט עטװאָס ברייטער צעעפנטע אוֹיגן---ניט קיין גלײַכגילטיק-קאלטע, ניין, אזוינס װאָלט זײַן אומנאטירלעך, -- אָנגעשטרענגט-ווארטנדיקע, נאָר פארנעפּלטע, גיט אופ- צוכאפּן פון װאָס פאר א געדאנקען, געפילן -- שרעק, פּײַן, צי פרייד, --אָט אזוי האָט זי געקוקט א רעגע-- צוויי אף קרומפײַלן, װאָס איז געזעסן מיט א האלב-אָפן מויל, אוועקגעלייגט ביידע פויסטן אפן טיש, קימאט װי דעמלט, װען ס'איז אים עפּעס אָנגעזאָגט געװאָרן ניט קיין גוטס דורכן טעלעפאָן, פאר דעם, װי דער גענעראל האָט אָנגעקלונגען. דערנאָך האָט זי עטװאָס לענגער געקוקט אף פאָן גלייעוויצן. ער האָט װי באמיט זיך, נאָר ניט געקענט קיין שמייכל טאָן, אַנגעשטעלט דעם בליק אין א װינקל און אראַפּגעלאָזט די װיעס האָט סטעפקע, ווען עס האָט זיך שוין דערהערט:
-- מיר גיבן איבער די מיטיילונג פון טאסס.. דערפאָלגרײַכער אָנגריף פון אונדזער מיליטער אין ראיאָן פון סטאלינגראד...
די מיטיילונג איז אויסגעהערט געװאָרן ביזן סאָף. פאָן גלייעוויץ האָט, בייס דער דיק- טאָר האָט נאָך גערעדט, מיט צווייידריי קורצע רעפּליקעס דערקלערט קרומפײַלן, אין װאָס עס האנדלט זיך. בלויז װען דער דיקטאָר האָט גענומען איבערכאזערן די מיטיילונג, האַט פאָן גלייעוויץ אױיסגעשלאָסן דעם אופנעמער,
עטלעכע מינוט איז אין צימער געווען שטיל. קרומפײיל האָט גאָרנישט ניט איבערגע- פרעגט, ער איז געזעסן א פארגליווערטער, די באקן זײַנען בא אים אײַנגעפאלן, אזוי האָט ער צונויפגעפּרעסט די ציין, און אף די פויסטן, װעלכע ער האָט אלץ געהאלטן אפן טיש, זײַנען די קנעכלען פון די פינגער געװאָרן װײַס,
ענדלעך האָט פאַן גלייעוויץ באשטימט פאנאנדערלאָדן די אָנגעשטרענגטקײט, ער האָט מיט זײַן קרומען שמייכל, איצט -- א מאָרעשכױרעדיק-בייזלעכן, געזאָגט:
-- זי זײַנען וויצלער, די רוסן. פאראן אזא שטריך בא זיי.. די ארומרינגלונג איז פאר- ענדיקט בא קאלאטש. דערקלערט, ביטע, סטעפא, אײַער שעף, װאָס עס הייסט-- קאלאטש:--- און אף רוסיש (סטעפקע האָט אָפּגעמערקט: ,ניט קיין שלעכטער רוסיש") האָט ער איר גע- געבן צו פארשטיין, וויאזוי איבערזעצן: -- װײַס ברויט, אויסגעבאקן אין פאָרם פון א הענגענ- דיקן שלאָס, װאָס ווערט פארמאכט מיט א האלבן רייפעלע פון אויבן.
סטעפקע האָט איבערגעזעצט, פאָן גלייעוויץ האָט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ, אז אזוי איז עס. קרומפײַל האָט געשויגן, און דעם גענעראל האָט ארומגעכאפט עפּעס װי א היסטערישע פריילעכקניט.
-- און דאָס ווייסטו, רודיז -- האָט ער געפרעגט.---מיט די רוימישע לעגיאַנערן, װאָס זײַנען ארומגערינגלט געװאָרן לעבן קאן ---אוואדע זײַנען בּיז דעם אויך געווען קעסלען, נאָר די געשיכטע האָט יענעם קעסל, האניבאלס, פארצייכנט אלס דעם ערשטן, -- מיט די רוימער האָט אָנגעפירט דער קאָנסול עמילי פּאוליוס. און בא אונדז איז אויך פּאוליוס-- פרידריך. אן עמעסדיק שפּיצל פון דער געשיכטע! איז עפשער האָט מען געדארפט זײַן, אוב ניט װײַטזיכטיק, איז כאָטשבי אַבערגלױביק..
קרומפײַל האָט זיך ניט גערירט פונעם אָרט. װי ער װאָלט ניט געהערט די רייד, האָט פאָן גלייעוויץ זיך געווענדט צו סטעפקען אף רוסיש, אפילע, װי פארטרוילעך:
-- איר לאכט אין זיך, יאָז די רוסן װעלן זיך איצט אלע פרייען.
זי האָט געענטפערט ניט באלד, אויך אף רוסיש, אײַנגעקלערט און קלוימערשט מיט עמע- סער שװערקײַט אפן הארצן:
ײװ
-- מיר פארשטייען מיט אײַך פֿארשיידן איינע און די זעלבע אומשטענדן, הער גענעראל. וועגן די סיבעס איז ניטאָ װאָס צו ריידן. איר רופט זיך אָן נאציאָנאל-סאָציאליסטן -- דאָס סאָ- ציאלע קלערט איר לייזן דורך ראסן-קאמף. און איך האלט אויך איצט, אז ניט אלע רוסן װעלן זיך פרייען פון דעם, װאָס עס איז געשען בא סטאלינגראד, פּונקט עפשער וי ניט אלע דײַטשן װועלן פארומערט זיין.
פאָן גלייעװויץ, װי ער האָט זיך עטװאָס איבערגעבויגן איבערן טיש, קעדיי אויסקומען מיטן פּאַנעם נעענטער צו סטעפקען, װאָס איז געזעסן אנטקעגן, האָט זיך ניט אױסגעגלײַכט. זײַנע אויגן, פארגאָסענע מיט געלקײַט, אזוי אז די גרויע האָרן-הײַטלעך האָט מען קוים געקאָנט אונטערשיידן, האָבן געקוקט שטאר, אָבער ס'האָט אין זיי געברענט יענץ טײַװעדיק פיבער- פלעמעלע, װאָס סטעפקע האָט עס שוין עטלעכע מאָל באמערקט. ער האָט קימאט שעפּטשענ- דיק, מיט ווייכן פאָרװוּרף, װאָס האָט געדארפט אונטערשטרײַכן זײַן אנציקונג, אלץ אף רוסיש געפרעגט:
-- מע האָט אײַך קיינמאָל ניט גערופן .די בלאָנדע בעסטיע"ז
-- גיין, -- סטעפקע האָט א קרים געטאָן די ליפן, -- מע האָט מיך פּאָשעט גערופן ,די װײַסע".
קרומפײל איז אופגעשטאנען, מיט א ציטעריקער האנט אָנגעגאָסן זיך ניט קיין קעלי- שעקל --א בעכער מיט װײַן פון דער ערשטער באליביקער פלאש, װײַסן באָרדאָ, און שװײַגני דיק אויסגעטרונקען. ער האָט א שטרענגן גלאנץ געטאָן מיט די אויגן אף פאָן גלייעוויצן, אף סטעפקען, גאַרגישט ניט פארביסן און אוועקגעזעצט זיך. באלד, שוין ניט אופשטייענדיק, האָט ער װידער גענומען די פלאש, נאָכאמאָל אָנגעגאָסן דעם בעכער, א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ צו פאָן גלייעוויצן, צו סטעפקען, און אײַליק, ווערגנדיק זיך, אויסגעטרונקען. ווען ער האָט דאָס דריטע מאָל אָנגעגאָסן דעם בעכער, האָט פאָן גלייעוויץ פאָרזיכטיק געפרעגט:
-- װאָס טוסטו, רודיז
קרומפּײַל האָט ניט געענטפערט, לאנגזאם א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ אף .ניין". און לאנג- זאס, זייער לאנגזאם גענומען טרינקען. עטלעכע מינוט איז ער דערנאָך געזעסן שװטגנדיק, געקוקט אף די הענט, װאָס האָבן, שוין ניט קיין צונויפגעדריקטע אין פויסטן, געציטערט, און מיטאמאָל, שווער אָטעמענדיק, וי עס זאָל אים ברענען אין מויל, געזאָגט:
-- היינריך, פּאָר אוועק. גענוֹג.
פאַן גלייעוויץ איז נאָך פאר דעם אופגעשטאנען, ער האָט א שאָקירטער, נאָר אויך מיט אזא אויסדרוק, װי עס זאָל אים שוין דאָ ביכלאל א ביסל דערעסן, אומגעשפּאנט איבערן צימער. איבערגעבליקט זיך מיט סטעפקען, װאָס איז א בלאסע געזעסן באם טיש, האָט ער שטיל געזאָגט:
-- באגלייט מיך, ביטעו
אין פאָדערצימער, אָנגעטאָן דעם שינעל, האָט פאָן גלייעוויץ אראָפּגענומען פונעם הענד גער אויך סטעפקעס מאנטל און א שעפּטשע געטאָן
-- איר װעט פּאָרן מיַט מיר, ער פארשטייט שוין גאָרניט...
סטעפקע האָט געמאכט א טראָט אף צוריק און אויסגעשטרעקט די הענט, זיך צו בא" שיצן -- דער דײַטש האָט, האלטנדיק אין איין האנט איר מאנטל, מיט דער צווייטער זי גע- װאָלט צוצוען צוֹ זיך. אין דער רעגע האָט קרומפטל צעעפנט די טיר פון צימער. קעדיי ניט פאלן, האָט ער צוגעשפארט זיך מיט אן אקסל צום בײַשטידל, און געזאָגט, קוים פּלאָנטערג- דיק מיט דער צונג:
-- גײי, היינריך... איך געדענק... דו האָסט ליב געהאט זיך פּאָרען אין פרעמדע רענצלעךי
6 אָלגע האָט איבערגעלייענט סטעפקעס צעטעלע, װאָס איז אונטער א הרודקע שטיינקוילן געלעגן לעבן לעמפּל אין קיך, און האָט פארשטאנען: סטעפקע װאָרנט
וועגן א געפאר. דאָס ערשטע, װאָס עס איז געקומען אין קאָפּ, איז געווען -- אוועק פון שטוב. װוּהין? װוּהין װאָלט זיך אָפּגעזוכט, אויב ניט צו באכמוטן, דאָרט, קאָן שוין אויסקומען, זײַנען דאַ צופיל פרעמדע, איז כאָטשבי צוֹ יענע, װאָס אפן שווארצן בארג. אָדער פּאָשעט -- אָנטאָן זיך ווארעמער, ארופשלעפן אפן סאמעטענעם סעקל דעם מענערישן רעגנמאנטל, װאָס ארטעם האָט געהאט געשענקט, און איבערזײַן ביז אינדערפרי אינדרויסן, ערגעץ אין א פארטישקע- װעט אָרט. באלד האָט אָבער אָלגע גענומען קלערן אנדערש: סטעפקע אייצעט ארומבינדן די באק, הייסט דאָך דאָס ניט, אַז זי האָט פארשטעלטערהייט זיך ניט געקאָנט אויסדריקן אף אן אנדער אויפן -- עפּעס װאָלט זי צוגעטראכט. באקומט זיך, אז אין דער היים מעג מען בלײַבן,
12
נאָר װיסן דעם טערעץ, וועלכן סטעפקע האָט מיסטאמע געזאָגט, צי זי װעט זאָגן דאָרט, פונ- וואנען עס דראָט די סאקאָנע. נאַר א טראכט טאַן אָט אזוי, אײַנרײדן זיך, אז זי קאַן דאַ בלײַבן, האָט אָלגען געצווונגען עפעס אנדערש, א געפיל, װאָס איז געקומען קימאט אינטוזטיו; אין אזא נאכט דארף זי זײַן אין דער היים, עמעצער קאַן זיך נייטיקן אין איר הילף. זי האָט דאָס געטראכט נעפלדיק, אליין ניט װיסנדיק, וועמען זי מיינט דערבט, נאָר װײַל זי האָט גע- האט פאר וועמען זיך צו באומרויקן, האַט זי עפשער פּאָשעט אין די געדאנקען עס ניט גע- װאָלט ארויסברענגען.
געפונען נאטאשעס אן אלט װאָלן שארפעלע, האָט אָלגע געפּרווֹט, צי װעט זי קאָנען שנעל פארבינדן מיט דעם די באק, און געלאָזט עס הענגען אפן האלדז, דערנאָך האָט זי אײַנגעהייצט די פּליטע און געזעצט זיך אנטקעגן שוואכן פּײַער אן אויסגעשעפטע, א צע- שרויפטע. זי האָט באשטימט זיצן אזוֹי, ביז סטעפקע װעט קומען, אפילע ביז אינדערפרי
עפשער האָט זי געכאפּט א דרעמל, װײַל טאקע װי דורכּן שלאָף, דעם סאמע לײַכטן, האָט זי דערהערט צוויי שטילע קלעפּ אין דער טיר און איז אופגעשפּרונגען. דרײ? מענטשן האָבן געװוּסט, אז מע דארף אזוי קלאפן אהער: ליאָניע, נאטאשעס כאווערטע פון שווארצן בארג און ארטעם דארוגא. זי האָט געעפנט און דערזען -- דארוגא:
זי איז דערשטויגט און פארציטערט געװאָרן, נאַר אין דער זעלבער צײַט באנומען: ער דארף דאָס ניט באמערקן, אויב ער איז דאָ, מוז ער זײַן. דערפאר האָט זי, ווען ער איז שטיין געבליבן אין קיך, בא דער טיר, שוין א צוגעשלאַסענער פון אינװײיניק, און ניט זיכער, עפעס אזוי װי בעטנדיק אנטשולדיקונג, און פיבערדיק. װי א געיאָגטער, ארומגעקוקט זיה -= שווארץ, פארשוויצט, פארליאפעט מיט בלאַטע, אפילע דאָס פּאַנעם, און אָנגעטאָן ניט װי אלעמאָל, אנדערש, -- האָט זי רויַק, קימאט רויק אָנגעװיזן אים אפן בענקל לעבן דער פליטע, פון וועלכן זי איז ערשט אופגעשטאנען, און שטיל געזאָגט;
-- זעץ זיך, עפן דאָס טירל, װעסטו זיך דערווארעמען.
ער האָט געשוויגן ניט לאנג, געדרייט די הענט קעגן פּײַער, און פלוצעם אן אופגערעגטן לאך געטאָן.
-- װייסט, װי דאָס הייסט, אָלגע, -- דאָס קאָל, א כאָרכלענדיקס, איז אויך געווען, װי ניט זײַנס. -- אוועק אהין, װוּ עס איז אמערסטן געפערלעך, נאָר װוּ מע װעט גיכער פון אלץ אפילע ניט קלערן זוֹכן דיך!ּ
זי האָט גאָרנישט ניט געפרעגט. דאָס װיכטיקסטע האָט זי דאָך שוין געװוּסט, און װאָס ער מיינט װײַטער טאָן, און װאָס זי דארף טאָן, װעט ער זאָגן.
ארטעם האָט װידער זיך אָנגערופן, קוקנדיק אפן פּײער:
-- כוץ די אנאניעווס, איז מער מיט קיינעם גאָרנישט ניט געשעןז
-- מע האָט פארנומען איינעם א קריװאָרוטשקאַ -- אן עלעקטריקער פון דעפאַָ, מיסטאמע האָט סטעפקע זײַן פאמיליע ניט פארגעדענקט, און עפעס אן אָנגעפּאַרן יונגל, װאָס האָט דאַ געװוינט בא אייגענע.
-- נו, און אונדז זוֹכט מען, מיך און פאניען, -- ארטעם האָט דאָס געזאָגט שוֹין מיט א נאטירלעך קאָל, אין וועלכן ס'האָט אָפּגעקלונגען אי שטאָלץ, אי זאָרג, -- אוֹ, זוכט מען אונדז.. אפאנאסי ניקיטיטש האָט ערגעץ אוועקגעשמיסן אין שטאָט, ער װעט אהער צו וויסן געבן וועגן זיך, אוּן איך -- איך דארף אריבער דעם דניעפער און -- אין ואלד.. הײַנט באנאכט, ביז מע קאָן נאָך. איך ווייס, װוּ מע װעט צוליב מיר צוטאָרמאָזירן א צוג.
אָלגע האָט אָפּגעמערקט: -ביז מע קאַן נאָך". און ניט אינגאנצן פארשטאנען: דאָס דארף ער אליין זיך צוײַלן, צי די אומשטענדן קאָנען ביכלאל זיך ענדערן?
ארטעם האָט מיטן קאָפּ (ביידע הענט, שוין אוואדע גוט אָנגעווארעמטע, האָבן געשוי- בערט די שווארצע געקרײַזלטע האַר) אַנגעװיזן אף דער עטװאָס אָפּענער טיר פון צימער, װוּ ס'איז פינצטער געװוען, א קוק געטאַן אף אָלגען לײַדנשאפטלעך, דאַרשטיק און געפרעגט שטיל -- זי האָט ערשט איצט באמערקט, אז ער האָט די גאנצע צײַט גערעדט שטיל;
-- מע שלאָפטז
-- ניין, קיינער אין ניטאָ.
-- ניטאָ? -- ארטעם האָט זיך אופגעהויבן, אױסגעטאַן די פארנאפטיקטע פופײַקע, געלאָזט זי ליגן אפן טאבורעט -- טימאַשטשוקס פופײַקע. מיט א שלעכט פארנייטן טשעפ אף דער ברוסט, מיסטאמע האָט מען זיך בעקיוון געביטן מיטן אייבערשטן: אין זײַן שווארצן קאָמבי- נעזאָן, פעסט פארצויגן מיט א רימען, איז ער מיט געהאמעוועטע טריט, באמיענדיק זיך הא-
18
מעווען אזוי א קוים-מערקבארן פיבער אין גאנצן גוף, צוגעגאנגען צו אָלגען, װאָס איז אויך אופגעשטאנען פונעם בענקל, אף וועלכן זי האָט מיט א מינוט פר:ער זיך געהאט אוועקגעזעצט, און געשטאנען א שװײַגנדיקע, אן אַנגעשטרענגטע. ער האָט אוועקגעלייגט א האנט אף איר אקסל -- זי האָט געשוויגן, ער האָט מיט די פינגער צארט א שויבער געטאָן איר קובלי?-- זי האָט קיין װאָרט ניט ארויסגעבראכט, א בלאסע, א פארגליווערטע. בלויז ווען ער האָט, צוהאלטנדיק פון הינטן מיט דער דלאָניע איר קאָפּ, דערנעענטערט זיך מיטן פּאָנעם צו איר פּאַנעם, האָט זי זיך א דריי געטאָן פון אונטער זײַן האנט און ניט הויך אויסגעשרוען:
-- נייף
-- אָלגע, -- האָט ער הייס געשעפטשעט, -- מיינסט, איך האָב סטאם אזוי אָנגעלײגט װעג! איך האָב זיך געװאַלט געזעגענען, א קוק טאָן אף דיר, מעגלעך, דאָס לעצטע מאָל, פארגעדענקען דיך, און איצט, ווען מיר זײַנען דאַ--עפשער צוויי מעשוגאָום, און עפשער צוויי גליקלעכע -- איינע-אליין,. האז..
-- מיר זײַנען אינדרשען, ארטעם, -- האָט זי געענטפערט שטיל, נאָר פעסט, -- מיט מיר איז דאָ נאָך עמעצער, שטענדיק, און הײַנט עפשער מער, װוי שטענדיק, -- איך האָב אים הײַנט געשיקט א יעדיע װעגן זיך:=
-- און איך, אַלגע, -- ער האָט װידער זיך געװאָלט דערנעענטערן צו איר, נאַר זי אין אָפּגעטראָטן נאָך װײַטער, -- אוֹן איך, אָלגע, צי דען בין איך פאר דיר גאָרניט! די גאנצע צײַט -- גאָרניט, און אזוי װעל איך אװעקו
-- ביסט דאָס, װאָס דו ביסט, ארטעם, בלויז דאָס. װאָס דו ביסט. א װוילער באָכער, א וווילער, א טײַערער מענטש. זעץ זיך, פאַלג מיך, פאַלגסט דאָך שטענדיק -- זיץ. און אויב דו ווינטשסט מיר גוטס, איז וינטש מיר ניט קיין אנדערס.
אָנגעװאָרפן די פופײַקע אף די אקסל, האָט ער. א געהויקערטער, זיך געזעצט צום פײַער און מיט די הוילע הענט גענומען פאריכטן די האלב-אויסגעברענטע שטטלעך האַלץ, איבער- געקערט אף זיי דעם צערויטלטן אנטראציט. אזוי איז ער שוין געזעסן עטלעכע מינוט, ווען ס'האָט זיך דערהערט, אז עמעצער פּאָרעט זי פון אויסן מיט א שליסל.
-- דאָס איז סטעפקע, -- האָט אַלגע געזאָגט.
7 פאָן גלייעוויץ איז א צעקאסטער, וי אן אָפּגעשמיסענער, אראָפּ פון דריטן שטאָק. נאָך גוט, װאָס אף די טרעפּ האָבן געברענט גאָר שוואכע לעמפעלעך, דערבײַ ניט אף יעדן שטאָק, -- עס װאָלט א כארפּע געווען, וען עמעצער קומט אָן און זעט זײַן פּאָנעם. פארן ארויסגאנג, עטװאָס טיפער אין קאָרידאָר, איז ער געבליבן שטיין, קעדיי זיך באהערשן, דער שאָפער זאָל ניט באמערקן גאַרנישט. אָבער אָפּגעשטעלט האָט ער זיך אויך-- דאָס האָט ער באנומען -- צוליב עפּעס אנדערש: ער האָט געדארפט א קלער טאָן. עס האָט אין אים דערוואכט יענץ שעדל, װאָס האָט הײַנטיקן אָװונט שוין עטלעכע מאָל געגעבן צו וויסן וועגן זיך גראָד אין די מינוטן, װען מע האָט געקענט פארצווייפלט װערן, דאָס שעדל, װאָס האָט געקרימט זיך, געטאנצט, ניט צו ויסן-- פריילעך צי ניט פריילעך, און האָט געשרוע: ;װאָס נעמסטו זיך צום הארצן פון אלץז צו דיר אליין איז דאָך די צאָרע ניט דערגאנגען און װעט עפשער ניט דערגיין אויך!" און טאקע, ער װאָלט דאַך איצט געקאָנט ליגן א פארקאַ- טשענייעטער, א פארווייעטער מיט שניי ערגעץ אין פעלד, באם דאָן, צי, אין בעסטן פאל, זיצן ערגעץ אין א בלינדאזש לעבן סטאלינגראד, שוין ניט יענעם, אין לאטאשאנקער סאָד, אן אויסגעשטאטן מיט קאָמפּאָרט, װי ס'איז נאָר מעגלעך אפן פּראָנט, נאַר א געוויינלעכן בלינד דאזש (די דיוויזיע האָט זיך דאָך געפונען אפן עקסטן צאָפּנדיקן באצירק, זי איז מיסטאמע אָפּגעטראָטן טיפער אין קעסל, װי זשע אנדערש?), װאָלט ער איצט געזעסן בא א מאפּע און געבראַכן זיך דעם מויעך, װאָס טאָן, און װאָלט געווארט אף יעדיעס און אָנװײַזונגען פון העכער, אָט פונדאנען, פון די ראכוועסן אף דער-זײַט קעסל.. איז דאָך אזוי בעסער, אז ער איז דאָ. די נאכט איז א נאכט, א פרישע, א שניינקע, און א ביסעלע קאַניאק האָט ער זיך שוין הײַנט אויך דערלויבט, און אין נומער װעט ער זיך נאָך עפשער מאכן א וואנע פאר דעם, איידער ארײַן אין בעט.. אָט דאָס ברייטע בעט איז טאקע אנטשטאנען פאר זײַן בליק דאָס שעדל האָט זיך צעטאנצט -- עס האָט שוין געװוּסט װעגן זײַנעם א געדאנק, װאָס האַט ארויסגערופן א ווארעמקײַט אין גוף און אָנגעפילט מיט זיסער נאָגעניש די גלידער, אז עס האָט זיך אזש פארװאָלט א צי טאָן זיך.
7 14
געזעצט זיך אין דער מאשין, װאָס איז צוגעפּאָראָשעט געווען מיט שנײייגרײַפעלעך, האָט ער געזאָגט צום שאַפּער == יענער האָט. א פארשלאָפענער, מיט איבערגעטריבענער גרײטקײַט אײַנגעשלאָסן די שײַף
-- לעש אויס. מיר פאָרן נאָך ניט. מע דארף מיר עפעס אַרוֹיסטראָגן. און אָט װאָס-- לאָ- מיר צופאָרן צום שכיינישן ארײַנגאנג. דאָרט -- קערעווע אויס די מאשין און שטעל זי אוועק עטװאָס װײַטער. בא די בײמער.
ווען אלץ איז אָפּגעטאָן געװאָרן, האָט פאַן גלייעוויץ געהייסן דעם שאָפּער אײיגשליסן מו- זיק, ניט הויך. ער האָט זיך צונעשפארט מיט א זײַט צום װײַכן װענטל אזוי, אז ער זאָל קאָנען זען דעם אריינגאנג, פון וועלכן מע איז אָפּגעפאָרן, און גענומען ווארטן,
דאָס שעדל אין אים האָט גערעדט, און ער האָט געהערט: -אין א פערטל שאָ. ארום װעט רודי אנשלאָפן װערן, װי א געהארגעטער, מינאסטאם שלאָפּט ער שוין איצט. סטעפא װועט גיכער פון אלץ זיך לאָזן אהיים. נאָר אויב ניט, מעג מען אַנקלינגען אין דער טיר -= דערהערן װעט זי, ניט רודי. זי וועט דערהערן און װעט עפענען, זי וועט ניט וואגן ניט עפענען. יעדנפאלס. וויב" טיק איז, זי זאָל זיך אָפּרופן. פאר עפעס האָט זי מוירע, די מײַסע מיט מײַן ערשטן שטאב- אָפיצער איז איר ניט געפעלן. נה עס זאָל זי ניט מאטערן; קאָן מען געפינען אן אויסרייד; פארגעסן עפּעס אין שטוב. נאָר אויב זי װעט ארויס אין הויף, קאָן מען זי אָפּשטעלן. אינלאדן אין דער מאשין. אָבער סא בעסטיע, זי קאָן זיך ווייעס-איז אויסדרייען, ניין. בעסער... כאָטט עס פאסט ניט, נאָר -- דראנג און אָנגריף! -- בעסער איר נאָכגײן -- דאן קאָן זײַן אזא אויס- רייד: א קוק טאַן אף דער קרעמעז. עס איז דאַך שוין געזאָגט געװאָרן .װוּ האָב איך געהערט אזא פאמיליען.*
פאָן גלייעוויץ האָט צוגעשמייכלט: װאָס איז שלעכטו אלטע לאוועלאסישע שטיק. און ביכלאל -- פאנטאסטיש. אין דעם שטעקט אויך דער אינטערעס טאקע קרעמעז---דאָס האָט זיך שוין גוט דערמאָנט. געקומען א פארשיקטער באָלשעויק פּונקט צום רעמל, ווען די ליו- באטשער פּויערים האָבן גענומען ווילעס און קאָסעס און האָבן זיך געלאָזט צום גוט... אין ליו- באטש זײַנען געווען אויך-- אַט דערמאַנען זיך נאָך פאמיליעס-- בליץ, דער שנײַדער, װאָס פלעגט אף עטלעכע כאדאָשים גענומען ווערן אין גוט, און פאקטאָראָװיטש -- א מעקלער, און נעטשײַקאַ -- א סטראזשניק, און קוכארסקי -- א לערער אין גימנאזיע, פון כימיע. סטעפען רופט מען אויך-- קוכארסקע... פאנטאסטיש! אפן װײַטן מיזרעך -- קרעמעז און קוכארסקע, אין ליובאטש -- קרעמעז און קוכארסקי. גראַד גוט אף צו אינטריגירן, ס'איז װי אן אָנגע- װאָרפענע נעץ, און זאָל עס זיך באָברען יענץ, אונטער דער געץ.
סטעפקע איז ארויס פון דער לעצטער פאראדנע און, צוהאלטנדיק בא דער קין דאָס טיכל, װאָס איז בלויז אָנגעװאַרפן געווען אפן קאָפּ, געלאָזט זיך גיין לענגויס דער שטוב. אף דער מאשין האָט זי זיך עפשער אפילע ניט אומגעקוקט, און אויב זי האָט זי געזען, איז װאָס-- די מאשין שטייט אנדערש און אף אן אנדער אָרט. דער וויגט האָט געװײעט, קאָסע געשמיסן מיט שנייעלעך, און סטעפקע האָט געײַלט, עטװאָס א געבויגענע.
פאָן גלייעוויץ האָט געזאָגט צום שאַפּער: .ווארט", שטיל געעפגט דאָס טירל, שטיל צוגע- מאכט עס נאָך זיך. ער איז אװעק גלײַך צום הויז. צו דער פאראדנע, קעגן וועלכער מע איז געשטאנען, דערנאָך, האלטנדיק זיך פון סטעפקען א פופצן שפּאן, נאָכגעגאנגען איר באם סאמע שטאכעטל, װוּ עס האָבן געשווארצט הוילע ביימלעך. װען זי איז ארײַן אין דער פּאראדנע אין צווייטן עק פונעם הויז, האָט פאַן גלייעוויץ פארשנעלערט די טריט. שטייענדיק אין א זײַט, שוין באם ארלינגאנג, האָט ער געהערט, אז סטעפקע שטעלט ארײַן דעם שליסל אין שלאָס. געהערט, אז די טיר האָס זִיך געעפנט ---זייער גוט, װאָס ס'איז אפן ערשטן שטאָקו-= אוֹן אין דער זעלבער רעגע, ווען די טיר איז פון אינװוײיניק צוגעמאכט געװאָרן. האָט ער זי א צי געטאָן צו זיך;
די שײַן אין קיך, װוהין ער איז ארײַן. איז געווען א שוואכע און זי האָט אים ניט פאר- בלענדט. כוץ סטעפקען, װאָס איז אן איבעראשטע, מיט פארלוירן-אויסגעשטרעקטע הענט שטיין געבליבן בא דער טיר (פאָן גלייעוויץ האָט געמיינט, אז דאָס איז בלויז דערפאר, װײַל ער האָט זי אזוי איבעראשט), איז אין קיך געשטאנען א פרוי, טאקע אזא, װי רודי האָט גע- זאָגט---א פײַןיגעבויטע, ניט קיין הויכע, מיט א קובליק, װאָס ציט אזוי וי אָפּ איר קאָּ אף צוריק, מיט ביז גאַר א פיקאנטן פּראָפיל, אף וויפל מע האָט געקאָנט באמערקן: א פאריסן נעזל, היפּשלעכע ליפּן, גרויסע אויגן מיט פארבויגענע װיִעס, און נאָך איז דאָ געווען א יונגער מאנצבל, װאָס האָט זיך געווארעמט קעגן צעעפנטן טירל פון דער פליטע און איז אופגע- שפּרונגען אף די פיס -- א געוויינלעכער ארבעטער-יונג, װאָס מע זעט דאַ א סאך אזעלכע, און װאָס זײַנען אלע װי פון אײן סטאנדארט.
15
-- אנטשולדיקט, -- האָט פאַן גלייעוויץ געזאָגט, -= מײַן מאשין האָט זיך א ביסל פאר- האקט, דער שאָפּער מוז נאָך עטלעכע מינוט טאָן עפּעס בא איר. און אײַך, סטעפא, קאַן מען גאָר ניט דעריאָגן, איר פליט.. איך האָב געװאָלט פרעגן, װי פילט זיך רודי... און דאָס איז די קרעמעז, וועגן וועלכער מיר האָבן גערעדט, די באשיידענע שכיינע אײַערעו.. -- דעם בליק האָט ער אָפּגעשטעלט אף דארוגען, װאָס האָט געהאלטן די פופּײַקע אין האנט, -- קרעמעז, אינטערעסאנט... אין ליובאטש זײַנען בא אונדז געווען קרעמעזס, אגעוו, קוכארסקיס אוירייי עפשער װעט איר מיט מיר ארוס, סטעפאז
סטעפקע האָט געזאָגט גליווערדיק-קאלט:
-- מע קאָן, ביטע.
זי האָט זיך אומגעקערט נאָך האלבעֶר נאכט. אָלגע איז אינדערפינצטער געשטאנען אין קיך, באם פענצטער, עטװאָס אן אָפּגעטוליעטן, און געזען: א לײַכטע מאשין איז צוגעפאַרף סטעפקע איז ארויס פון איר און די מאשין איז אוועק.
דערקלערט האָט סטעפקע גאָרנישט, ווען זי איז ארײַנגעקומען. בלויז געפרעגט:
-- ארטעםז
-- ער איז טייקעף אװעק.
אראָפּגעװאָרפן דעם מאנטל, האָט זי אָנגעגאָסן קאלטן וואסער אין שיסל, ארומגעוואשן די הענט, דאָס פּאָנעם, דעם האלדז, אלץ שװײַגנדיק, און איז אוועק אין צימער. דאָרט האָט זי זיך גענומען אױסטאָן, איז אָלגע ארײַן און אויך געטאָן דאָס זעלבע. מע האָט זיך געלייגט יעדער אף זײַן געלעגער, און דאַ האָט סטעפקע געזאָגט:
-- מאָרגן. אָלינקע, אן אנדערש מאָל -- הײַנט קאָן איך ניט דערציילן--
אין עטלעכע מינוט ארום האָט אָלגע דערהערט: סטעפקע װיינט, שטיל, כליפּענדיק, אין דער קישן. איז זי אוועק צו איר א באָרװעסע, צוגעזעצט זיך אף א ברעגעלע פון דיוואן, גענומען גלעטן און פאנאנדערפלעכטן מיט די פינגער דער כאווערטעס געפּלאַנטערטע האָר.
-- סטעפקע, -- האָט זי געזאָגט, -- איך האָב פאר דיר א גרויסע נײַס, זיער א פריידיקע, נאָר דארפסט זײַן שטארק און קאָנען זי אופנעמעף
-= איך װײס; == האָט סטעפקע געענטפערט שטיל און אופגעהויבן עטװאָס דעם קאָפּ פון קישן, --אונדזערע האָבן ארומגערינגלט די דײַטשן בא סטאלינגראד, אלע...
-- װאָסוו -- אָלגע האָט זיך א כאפּ געטאָן בא דער ברוסט. באלד איז זי צוגעפאלן צו סטעפקען. גענומען קושן איר נאס, פארוויינט פּאָנעם, צו װעלכן די האָר האָבן זיך צוגע- קלעפּט,--נו, זאָג, זאָג, דערצייל!
-- און װאָס ווייסטוז -- האָט סטעפקע זיך געכאפּט! זי האָט זיך אופגעזעצט אפן דיוואן און אָנגעשטרענגט געקוקט אף אַלגעןף
אָלגע האָט געזאָגט:
-- אבע לעבט, ער איז דאָ הײַנט געווען אין שטוב.
-- אוי, -- סטעפקעי האָט מיט די נעגל זיך אײַנגעגראָבן אין פּאַנעם, -- מײַן אבעז װוּ איז ערו
-- װײַט, שוין אף יענער-זײַט דניעפעה:
סטעפקע האָט געשוויגן, זי האָט פארשטעלט מיט די דלאַניעס דאָס פּאָנעם און שטיל געוויגט זיך. ענדלעך האָט זי געזאָגט:
-- ער װעט מיר דארפן א סאך מויכל זײַן, אבע, ער װעט מיך דארפן קענען פארשטיין.
-- איך האָב גערעדט מיט אים, -- האָט אָלגע געענטפערט, --ניט קיין סאך, נאַר איך מיין --עס װעט זײַן בא אײַך א לעב סטעפקע.
מע איז געזעסן לאנג, מיט די פיס אפן דיוואן, אײַנגעדעקט זיך ביידע מיט סטעפקעס קאָלדרע, גערעדט אלץ ועגן דעם זעלבן, כאָטש געזאָגט האָט מען איינס דעם אנדערן דאָס איקערדיקע אין די ערשטע געציילטע ווערטער. אזוי איז מען געזעסן ביזן גרויען קאיאָר, ווען ס'האָט שטארק א בליץ געטאַָן אין פענצטער און בלענדיקירויטע שײַן האָט אף עטלעכע װײַ- לעס פאריאָגט די טונקלעניש פון צימער. קימאט איינצײטיק האָט א שווערער דונער אָפּגע- הילכט גאָר ניט װײַט, דאָס געפעס, דאָס מעבל אין צימער האָט א קלונג געטאָן און ס'איז גע- װאָרן שטיל.
-- אזוי וי בא דער בריק, ---האָט סטעפקע געזאָגט.
און אָלגע, מיט א זיפץ:
-- ליאַניע:. װוּ איז ער איצטו
1--134 16
א. דער נאכטלעג אף דימייעווקע, ליאַניע גייט לוט א נײַעם אדרעס
1 געפינענדיק זיך אף קווארטיר ניט װטט פון דער איזנבאןיבריק, האָט ליאָניע דערהערט דעם אופרײַס פרוער פון אָלגען און סטעפקען, ס'איז מיסטאמע געווען
סאמע דאָס העכסטע אָרט פון דימייעווקע, װאָס ציט זיך ביכלאל אוועק מיט געדרייטע גאסן און געסלעך בארג-ארוף, טייקעף נאָך קועװ-מאָסקאָווסקי און דער סאפּיאָרנע סלאָבאַדקע, העט ביזן גאַלאָסײעװער וואלד, אוואדע דאָס העכסטע אָרט, װײַל דאַ איז די פײַערלעשערײַ; באי נאנד מיטן הילצערנעם וואכטורעם, אין אן אלט מויערל, װאָס הויכט זיך מיטן איינעם שטאַק אף א פארקלאפטן קעלער, האָט ליאָניע געדארפט פארברענגען די נאכט, פונדאנען האָט ער דערזען דעם בליץ, װאָס האַט באלויכטן א האלבן פינצטערן פארװאָלקנטן הימל, דערזען, נאָר מיסטאמע האָט זיך עס אים בלויז אויסגעדאכט, װען ער האָט זיך אופגעזעצט אף דער קא" נאפקע, אף וועלכער ער איז געלעגן, -- געלעגן, ניט געשלאָפן, -- אן אַפּגלאנץ אפן טײַך, אוּן באלד דערהערט אוֹיך דעם שווערן הילך..
מע האָט ניט געקאָנט פארשטיין, צי דינא סאוויטשנאיא, די אלטיטשקע, צוֹ וועלכער ליאָר ניע איז געשיקט געװאָרן נעכטיקן, האָט זיך דערפרייט מיט אים צי ניט. נאָר א פארלמיכטע- רונג פון איר שלאָפּלאָזיקנט האָט זי אין אים אַן סאָפּעק געזוכט. זי איז געווען א נידעריטשקע און זייער א פולע, מאמעש א קײַלעכדיקע, און האָט דערמאַנט א װעקזייגער, יענעם, דעם גרעסטן צװישן די עטלעכע, װאָס האָבן געקלאפּט אפן אלטן טונקעלן קאָמאַד. עס האָבן אויך אף דער וואנט געקלאפּט צוויי כאַדיקעס, און דער אנדרוק איז געווען אזא, אז אין אָט דעם פוסטן הויז, -- פון יענער זײַט קרומער אינערלעכער וואנט, מיט ארויסשפארנדיקע געקאלכטע בערווענעס, האָט געװויינט א קינד, -- אין אָט דער העלפט פונעם מויערל, װאָס דינא סאוויי טשנאיא האָט איינע אליין פארנומען, הריזען עפעס שטיל און אײַנגעשפּארט אומזעבארע זשו- קעס. ליאָניע, טראָץ דעם אומרו, װאָס האָט פארפולט זײַן הארץ, צי טאקע װײַל ער האָט געװאָלט פארטויבן דעם אומרו, האָס גלשך, װי ער האַט א קוק געטאָן אף דינא סאוויטשנאיא, מיט אן אינערלעכן שמייכל געזאָגט צו זיך אליין ,נו, א דינעו" אין זינען האָט ער געחאט דאָס. װאָס -דין" באטט אף יודיש, און טאקע װײַל דאָס ייִדישע װאָרט, א טיף פארבאָרגנס, א פארווערטס, איז אים פלוצעם געקומען אפן געדאנק, האָט דאָס אים דערווארעמט.
דינא סאוויטשנאיא האָט מעכאבעד געווען דעם גאסט מיט געבאקענע קארטאָפל. ער האָט זיי געטונקען אין שלעכט צעמאָלטער זאלץ, זי האָט אוועקגעשטעלט פאר אים א טשײַניק מיט אָקרעפּ און אויסגעוויקלט פון א שמאטקעלע עטלעכע מאמעש גלעזערנע קאַנפעקטלעך. די וועקערס און די כאָדיקעס האָבן געקלאפּט אין דער פוסטער דירע (ליאָניע האָט געזען איין אָפּענע טיר -- פון אלקער, די צווייטע -- פון קיך), און די אלטיטשקע האָט גערערט:
-= וואניע מײַנער, איוואן יעװמענאָוויטש, האָט דאָך בא קאָטאָווסקין גערייניקט, און אויב מע האָט געדארפט -- פאריכט עמעסע -מאַזערס" און .לאָנזשעראַנס", וועלכע מע האָט צוגע- נומען בא בורזשויען, זילבערנעאון גאָלדענע, און מע האָט מיט די זייגערס באלויגט, װי מיט אָרדענס. אף די דעקלעך האָט ער אויסגעצאצקעט אופשריפטן -= דאָס האָט ער אויך געקענט. וואניע, איוואן יעװמענאָװיטש, ליגט אין גאַלאָסײעװער וואלד, פאַשעט אין וואלד -= לויט די הוילע ביינער ועסטוּ דאָך אים ניט דערקענען, ראָבן האָבן צעפּיקט זײַן למב, װי פון פיל אנדערע אָפּאַלטשענצעס, און עפשער האָט מען אים אפילע אין אײַלעניש ארײַנגעװאָרפן אין א קייווער, נאָר װער װײסט -- װוּ, װער װעט זאָגן =- װּ אין די לעצטע טעג איז עס געד װוען, איך בין געזעסן דאָ. אין קעלער, באהאלטן זיך פון די סנאריאדן און פון די באָמבעס-== וואניע איז באשטאנען, איך זאָל ניט גיין אחין. אין גאָלאָסײעװאָ. .קענסט שוין ניט", -- האָט ער געזאָגט. און אמאָל האָב איך געקענט, וי דו קוקסט מיך אָן,. אמאָל האָט מען מיך אפילע געשיקט צו די װײַסע, איך על ניט זאָגן. אז קאָטאָווסקי אליין. לעמשי זאָל איך לײַגן, נאָר גוסליאקאָו -- אײַנער פון די קאָמאנדירן, װאָס האָט אויך פארדינט א גוטן זייגער, האָט מיך געשיקט אי קיין אָטשאקאָו, אי נאָך װײַטער. דאָס זאָג איך דיר, װײַל לעקסיי קוזמיטש האָט דיך געשיקט צו מיר, שעשענקאָ, און האָסט געזאָגט דאָס װאָרט; װאָס איך װײַס. אז מע דארף עס זאָגן. װײַל אנדערש -- װּד מע מעג דען איצט ארויסברענגען פארן מויל אזוינס, װי איך דערצייל דירז..
װײַטער:
-- צוויי האָב איך זיי געהאט. איינער -- אזא, װי דו, -- מיסטאמע האָסטו שוין ערגעץ געשמעקט פּולװער. -- יענער איז געווען הינטער בריאנסק, אין ארטילעריע, און דעם צווייטן,
/
נאָך גאָר א יונגינקן, האָט מען צוזאמען מיט אלעמען פון דער אײַזנבאנערשער האנטווערקער- שול אוועקגעפירט אף יענער-זײַט דניעפּער צופוס, און װײַטער האָט מען זי געזעצט אין אן עשעלאָן. זי זײַנען זיך צעפלויגן פונדאנען, װי פון א נעסט, צו וועלכער עס טרעט צו דאָס פּײַער, און איך זיץ אָטאָ אפן ארומגעסמאליעטן בוים, איך ווארט..
װײַטער:
--- איך זאָג אים, לעקסיי קוזמיטשן: הענג עפשער ארויס א שילד אין פרונט, אפן גאנע? זײַ דער זייגערמאכער אָנשטאָט וואניען, איוואן יעװמענאָװיטשן, און גי אועק פון דער פײַערלעשערט, װוּ דו סטארטשעסט באטאָג און באנאכט אפן טורעם און װוּ דו רײַסט זיר די קישקעס, פאנאנדערוויקלענדיק און צונויפוויקלענדיק די שווערע ברעזענטענע שלאנגעף, און װאָס טוט מען דאָרט ניטז.. ענטפערט ער: .עס פּאסט ניט -- א שילד, אן אינדיווידואל": נו, וואניע, איוואן יעװומענאָװיטש, װאָלט אויך עפשער ניט װעלן אזוינס. דאָס קאָן איך פאר- שטיין. נאָר װאָס ער זאָגט, לעקסיי קוזמיטש: .עס לױנט ניט". װאָס לױינט דאָ יאַ. און װאָס לױנט דאָ ניט: איך קויף א קאליעיגעװאָרענעם כאָדיק אין מארק, צי אָט אזאיאָ דראפעטש, א װעקער, לעקסיי קוזמיטש פּאָרעט זיך מיט אים א ביסל, און איך גײ װידער אין מארץ =- שוין מיט א סכוירע.. מענטשן דארפן זייגערס, אנדערע קויפן אפילע אזוינס, קעדיי אויסבטן אף דעם עפעס אין דאָרף. איז װוּ זשע, װען ער טוט עס אָפטער, דײַן שעשענקאַ, ווען ער האָט צײַט כאָטש איין מאָל אין צוויי טעג זעצן זיך צו דער ארבעט. ניין, לויפט ער ערגעץ אום -- סטארטשעט ער ניט אפן טורעם, האָט ער גענג.-
דינא סאוויטשנאיא האָט געקוקט אף ליאָניען אזוי, װי זי זאָל זאָגן: .אָט ווייסטו דאָך א ביסל פון זײַנע גענג, און שװײַגסטז מיילע, שװײַג, הער..*
-= און אזוינס האָסטו װוען געזען! שוין פארטיק א זייגער, אַיאַ שטייען עטלעכע פאד ריכטע, און אָט הענגען די כאָדיקעס, נאָר אַן זײַנעם א .יא טאָר איך זיי ניט ארױסטראָגן אין מארק -- אפן יעוובאז, צי אפן סאַלאָמינקער מערקל. עס טרעפט גאַר -- ער צעשרויפט ווידער א זייגער, װאָס גייט שוין, און לאַזט אים שװײַגן. הא, האָסט געזען אזוינסז בא מײַן איוואן יעװמענאָװיטשן האָב איך עס ניט געזען. און דעריקער קאָן מען אים ניט נאסטאר- טשען קיין פרוזשינעס -- איך בין שוין געגאנגען אפילע אף פּאַדאָל, צו א באקאנטן זייגער- מאכער, א שיקערוק, אליין ער, לעקסיי קוזמיטש, גייט ניט, איך בין געגאנגען אשנהאנדלען עטלעכע פרוזשינעס. און מײַנער פלעגט א צעבראַכענע פּרוזשינע צונױפקליאָפּען--
ליאָניע האָט ניט באוויזן נאָכפאָלגן מיטן געדאנק דינע סאוויטשנעס רייד.
.פרוזשינעס, -- האָט ליאָניע געטראכט, -- יאָ, פרוזשינעס האָט אלעקסיי קוזמיטש איבער- געפּרוּווט א סאך. די איז צו שוואך, קעדיי זי זאָל ארויסצוען די טשעקא פונעם מעכאניזם, די איז צו שטארק, די טוט עס צו שנעל, די טוט עס פאמעלעך -- אלץ האָט געמוזט אויסגע- רעכנט און אױסגעמאָסטן װערן.. און דען נאָר דאָס אליין? וויפל מי האָט אָפּגעקאַסט. אז א געװיינלעך שפאגאטל זאָל זיך אזוי אַנװיקלען אף דער אקס פונעם ציינדלדיקן רעדל, אז פונקט דעמלט, ווען מע דארף, זאָל די פרוזשינע אָפּטאָן אירס, די שלאָגינאַדל-- אירס, דער אײַנגעשרויפטער קֹאפּסָול זאָל געבן דעם פונק פאר דער קאַנסטררטער מינעז. און דאָס. װאָס דינא סאוויטשנאיא קוקט אף מיר, װי איך זאָל װיסן פון שעשענקאָס גענגי איז ווייס איך טאקע עפּעס-װאָס. גײין פלעגט ער ניט נאַר צו אונדז אין בײַדל, ער פלעגט אויך ניט איין מאָל אָנשפּארן אין וואלד, װאָס באם זשיטאָמירער שליאך, דאָס איז גאנץ װפט, פון יענער-זײַט שטאָט. אלטע צערוונירטע דאָטן זײַנען דאָרט דאַ, פלעגט ער אין די דאָטן אויספרווון סײי זײַנע אופרײַסימעכאניזמען, סײַ די קאפּסולידעטאָנאטאָרס, װאָס זײַנען ארויס- געשרויפט געװאָרן פון סנאריאדן, סט דעם טראַטיל, אױך אן אױסגעדליבעטן פון די סנאריאדן און א צעדרױבלטן אין פראָשעק.. און וואװי מע באקוקט אים. דעם אופרײַסישטאָף, דאָס װאָלט איך שוין אוואדע געקאָנט דערציילן, די גראָװע האָר דער אלטיטשקערס, װאָס קלעקן שוין ניט אף קיין קובליק און הענגען פּאַטעט אראָפּ מיט ניט קיין גלײַכע שפּיצן פון אונטער איר לײַכטן היימישן טיכל, װאַלטן זיך געשטעלט קאפּויר, װוען זי דערהערט, װאָס מיר האָבן געטאָן, איך, און יערעמיי פאָמיטש, און שעשענקאָ. אויסגעשאַסענע סנאריאדן, װאָס האָבן זיך ניט אופגעריסן, און אייניקע ניט קיין גענוצטע, האָבן זיך ערטער- װײַז געוואלגערט בא דער אָזערע, -- זײַנען זיי אײינציקװײַז אריבערגעטראָגן געװאָרן אין בײַדל. װײַטער איז פאָרגעקומען אזוי: אָדער איך אָדער יערעמיי פאָמיטש האָבן דעם סנאריאד, פעסט אן ארומגעבונדענעם מיט א שטריק, געהאלטן מיט אלע קויכעס אין ביידע הענט -- אינצווייען איז אומעגלעך געווען צו האלטן -- און אלעקסיי קוזמיטש האָט פאמעלעכן ארויס- געשרויפט דאָס קעפל. ס'א שרעק געווען צו קוקן אף אלעקסיי קוזמיטשן, בייס ער האָט פאנאנד דערגעשרויפט א סנאריאד: דאָס פּאָנעם איז בלאס. באדעקט מיט א לײַכטן שװייס, די גרויע
18
אויגן -- צוגעזשמורעט, צװײי קאלטע שפּעלטיקלעך און גאָר. און דאָס מויל, א דין"גע- צייכנטס, -- שמייכלט קויםיקוים, עס שמייכלט אזוי װי שולדיק, אזוי װי ער זאָל זיך פון פאַרויס האלטן פאר שולדיק, -- עפשער װעט באלד א זעץ טאָן פײַער און פון קיינעם װעט קיין זייכער ניט בלײַבן, ניט פון מיר, ניט פון אים, פון יערעמיי פאָמיטשן? ער איז אף דער וואך, אינדרויסן, און אן אנדערש מאָל שטיי איך אף דער וואך: אינדרויסן װעט עפשער ניט פאר- טשעפען, נאָר דעמלט װעט מען נאָך דארפן קאַנען אויסדרייען זיך פון די דײַטשן, --.װאָס האָט דאַ אופגעריסן זיך, אין דער סטאָראָזשקען*
דינא סאוויטשנאיא:
-- ווילסט שוין עפשער שלאָפן?
-- איך האָב זיך אוסגעשלאָפן באטאָג.
-- שוווז" -- בלויז אירע צעפאַלאָכעטע און טיף מיטפילנדיקע אויגן פרעגן דאָס,. און זי זאָגן אפילע אזוינס: איך שטעל זיך פאָר, וי דאָס איז עמעס". נאָר אין דער הייך זאָגט זי
-- יונגע שלאַפן איצט אויך שלעכט. לעקסיי קוזמיטש האָט דאָ בא מיר גענעכטיקט א פּאָר מאָל, קרעכצט ער און שרײַט פון שלאָף. איך האָב אים אפילע געגעבן מײַן געטראנק פון אויסגעקאַכטן וואלעריאן-װאָרצל, מיר העלפט דאָס שוין װײניק, נאָר אים, ניט קיין געוווינטן, מוז עס העלפן.. ווארט, איך װעל דיר אויך געבן, איך האָב עס גרייט, דאָס געטראנק.
-- מע דארף ניט. באלד װעל איך גיין שלאָפן, אויב איר װעט זיך ליגן,
-- זיץ, אז דו וילסט. עס איז שוין אָאַ נאָך צוועלף.
-- יאָ. האלבע נאכט.
.שלאָפגעטראנק. נו, נוּ, איך װאָלט עס ארײַנגעשלאָפ און דעמלט, גיי ווייס, סהאָט א קנאל געטאָן, צי ניטז אלעקסיי קוזמיטש האָט דאפקע געזאָגט, אז זאָל נאַר זײַן, װאָס צו הערן, װעל איך דערהערן. שלאָפן גענוג שוין דאָס. װאָס איך בין ניט דאָרט, נאָר -- דאָ. ס'הייסט. אזוי איז עס: ביסטו ניט אינעם סאמע געפערלעכן אַרט. אוב נאָר האָסט אליין ניט געטאָן, זאָלסט דאָרט ניט זײַן -- איז מאך קיין אָנשטעל ניט, אז דו ביסט מעקאנע דעם, װאָס געפינט זיך דאָרט. איך ווייס דאָך, אז ס'איז שווער און ביטער אפאנעמעסן. און װער, דעריקער, זײַנען געווען אין קאָן? צװײיען: יערעמיי זארובא און פראנץ רעדוטגי. שעשענקאָ האָט געווארט דאַרט, װוּ מע ווארט איצט אינדרײען, אוב אלץ איז דורך, װי עס געהער צו זײַן, מיסטאמע ווארט מען, און אי ווארט אויך. אייערנעכטן אין אָװנט איז באשטימט געװאָרן, אז ניט איך על זײַן דער צווייטער אין שיפל, נאָר רעדוטני. אייערנעכטן פארנאכט איז שוין גריײט געווען א קעסטל, פונקט אזוי די גרייס, װי יענץ, אין וועלכן די מינע האָט געדארפט ליגן, און פון דער זעלבער װאָג, נאָר אָנגעפילט מיט שטיינער. איך און יערעמיי פאָמיטש האָבן יענץ קעסטל פארוויקלט אין די נעצן, װאָס מיר נעמען געוויינלעך, אװעקלאָזנדיק זיך כאפּן פיש, און גע- גאנגען זײַנען מיר צום שיפל אזוי, װי מיר זאַלן גאָר קיין שווערס ניט טראָגן. דער וואכמאן, װאָס זײַן פאַסטן איז אין אָנהײב פון דער בריק -- אלע זײַנע טנועס װייסן מיר שוין, און אז ער איז װידער געשטאנען יענעם פארנאכט אף דעם זעלבן אָרט, האָבן מיר זיך פרזער איבער- צײַגט,-- דער וואכמאן. א שווארצער, לופּאטער דײַטש, האָט װי אלעמאָל גערויכערט זײַן צי- גאר, איבערגעבויגן זיך איבערח דער פארענטשע און געשפיגן אין וואסער, מיינענדיק טרעפן אין אונדזער שיפל, ווען עס װעט פארבײַפאָרן. מיר האָבן, װי שטענדיק, ארויסגעפירט דאָס שיפל דורכן פיצינקן דורכגוס פון אונדזער אָזערע, דער װידובעצער, אין טײַך, פארקערעוועט צום ביקי װאָס איז דער עקסטער באם ברעג, -- צו די װײַטערדיקע טאָרן מיר זיך ביכלאל ניט דערנעענטערן, -- איך האָב געוועסלעט, יערעמיי פאַמיטש האָט גערודערט, פון יענער זײַט בריק ועלן מיר פארקערעווען אין דער צווייטער אָזערע, װאָס האָט ניט קיין נאָמען. גאָר אלץ האָט געדארפט פאָרקומען אין מעשעך פונעם פערטל מינוט, אפילע װײניקער, װאָס מיר האָבן געקאָנט זײַן אונטער דער בריק, און דאָס איז געווען די רעפעטיציע.. איך האָב, װי נאָר דער שאַטן פון דער בריק האָט אונדז צוגעדעקט, א װאָרף געטאַן די וועסלעס אין שיפל, אָנ- געכאפט זיך מיט ביידע הענט פאר א קרוק, װאָס סטארטשעט אינעם ביק, ניט הויך איבערן וואסער, כ'האָב צוגעצויגן דאָס שיפל הארט צו דער וואנט, און יערעמיי פאָמיטש האָט נאַך מיט א רעגע פרזער א שמיץ געטאָן זײַן וועסלע אין שיפל, איינס און צויי אַפּגעדעקט דאָס קעסטל, אופגעשטעלט זיך און געפרוווט ארײַנרוקן עס אין דער נישע, װאָס אויבן, אינעם ביק, נאָר ס'איז אים ניט געלונגען, קיין קויעך האָט ניט געקלעקט, ער האָט זיך ניט געקאָנט דער- צוען צו דער נישע, סאכאקל עטלעכע סאנטימעטער ניט דערצויגן זיך. דאָס שיפל גייט כאָדאָ- ראָם, אָט קערט זיך עס איבער, די רעגעס פליען, האָט יערעמיי פאָמיטש געטאָן דאָס. װאָס מע האָט געדארפט טאַן שוין נאָכן צומעסטן -- אראָפּגעלאָזט דאָס קעסטל אין טײַך. ווען מע איז ארויס פון אונטער דער בריק, האָט יערעמיי פאָמיטש געזאָגט: .איך זע שוין. טישקע, מע
19
דארף דאָ האָבן א העכערן און א שטארקערן פון מיר און פון דיר אויך. פראנץ טוג צו אָט דעם קעסטל, און איך װעל צוהאלטן דאָס שיפל. ער פאָרט דאָך ווען-ניט-ווען מיט אונדז אין שיפל, װעט ער זײַן דער צװײיטער, און קיין דריטן דארפן מיר ניט -- די קיילע װעט זיצן צו טיף, זי קאָן זיך אונטערטוקן". יענעם אַװנט איז אלץ באשלאָסן געװאָרן. עמעצער באשליסט. הײַנט אינדערפרי האָט יערעמיי פאַמיטש געבראכט אן עמעסע קאפּסולע -= ניט אזא, װי שע- שענקאָ האָט געהאט צוגעפאסט. .א וואלדישע", -- האָט זארובא, שוין גאָר א שײנענדיקעה, געלאָזט, ניט לוט זײַן טעווע, פאלן א װאָרט. אלעקסיי קוזמיטש האָט פארביטן די קאפסולע אין דער מינע, מע האָט דאָס קעסטל ארומגעבונדן מיט דראָט, און אָטאָ ווארט איך דאָ, און אלעקסיי קוזמיטש ווארט באם ברעג פון דער צווייטער אָזערע, אין לאָזניאק, װײַל טאָמער גיט זיך אויך רעדוטנין ניט אײַן אוועקשטעלן דאָס קעסטל אין דער נישע, -- און עס ליגן דאָך שוין אין דעם ניט קיין שטיינער, == װעט אלעקסיי קוזמיטש דארפן ארויסנעמען דעם פאר- לאנגזאמונג-מעכאניזם, און איך װעל מאָרגן װידער דארפן קומען אין דער סטאָראָזשקע, וי- דער כאפן פיש, ביז עס װעט מיט דער מינע אלץ איבערגעכאזערט װערן..*
דינא סאוויטשנאיא האָט שוין א ביסעלע לענגער געשוויגן, זי האָט אראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ אף דער הויכער ברוסט און געדרעמלט, סאָפּענדיק גאנץ הויך. װען זי האָט א שטארקן כראָפּע געטאָן, האָט זי אופגעציטערט, געעפנט די אויגן און, ניט זאָגנדיק קיין װאָרט, אוועק אין אלקער -- שלאָפֿן. ליאַניע האָט דעם לײַלעך אוֹן די מולטענע קאָלדרע, װאָס זײַנען אָנגע- גרייט געווען פאר אים אף דער קאנאפקע, אוועקגעלייגט אונטער דער קישן, פארלאָשן דאָס לעמפל און צוגעלייגט זיך אין אָנטאָן, אראָפּגענומען בלויז די שווערע, צעקרימטע שיך. אזוי איז ער געלעגן א שאָ און נאָך א שאָ, געטראכט, און עפשער אפילע ניט געטראכט -- געכאַ- לעמט, נאָר אלץ געהערט דאָס קלאפּן פון די עטלעכע זייגערס, װי זשוקעס זאָלן טאקע עפּעס הריזען און הריזען.. מיטאמאָל איז אין צימער געװאָרן ליכטיק, װי באטאָג, עס האָט א מעכ- טיקן דונער געטאָן אין דרויסן, די טאפליעס אינעם פענצטער, צו וועלכן ליאָניע איז צוגעפאלן, האָבן, פארפּאָראָשעטע מיט איינציקע שנייעלעך, אומגעציטערט.
דינא סאוויטשנאיא האָט געשרזען פון אלקער:
-- הא, הא, װאָס איז עס אומגעפאלן?
-- גאָרנישט, -- האָט ליאָניע געענטפערט, ווען די טאפליעס, שוין װידער שווארצע, האָבן אופגעהערט ציטערן, -- דאָ איז אלץ אף אן אָרט, שלאָסטוּ
2 אין בײַדל בא דער ווידובעצער אָזערע איז ניט איין מאָל פון אלע זײַטן ארומגע- רעדט געװאָרן, וי װועט זײַן, ווען דער אופרײַס װעט זיך אײַנגעבן. ערשטנס, האָט מען זיך קיין פייגעלעך אין בוזעם ניט געלייגט -- אומוואלגערן אין טײַך די גאנצע בריק, אָדער כאָטש א היפּשן טייל אירן, וועט מען ניט קאָנען. איין מינע, מער האָט מען דערװײל אי צוגרייטן, אי דעריקער אונטערלייגן ניט געהאט קיין מעגלעכקײט, בא א פוד אופרטיסישטאָף װעט צערוונירן בלויז איין ביק, און עפשער, דאָס װאָלט זײַן גאָר גוט, אראָפּשמיצן אין ווא- סער די פערמעס, װאָס האלטן זיך אף אים. געהאט האָט מען צו טאָן מיט דער צײַטװײַליקער בריק, װאָס די דײַטשן האָבן אופגעשטעלט אף א פּאָר גאנץ געבליבענע ביקעס פון יענער, װאָס אונדזערע האָבן אופגעריסן בייסן פארלאָזן די שטאָט, און אף שפאלע-קאסטנס, אָנגעפילטע מיט שטיינער. די קאפיטאלע בריק האָט זיך געבויט בא א זײַט און ס'האָט נאָך געדארפט ניט װײיניק געדויערן, ביז צוגן װועלן איבער איר נעמען גיין. אָבער אויך דער דאָזיקער ניט גאָר שטארקער אופרײס װעט זײַן א פריקרע זאך פאר די דײַטשן. עמעס, ס'איז דאָ נאָך איין אניזג באן-בריק, עטװאָס ארופצו, קעגן פּאַדאָל, נאָר איבער איר איז דורכגעלייגט בלויז איין רעלסן- ועג. עס װעט זיך שאפן א גוטער געדראנג פון עשעלאַנען אף ביידע ברעגן פונעם טײך, און דויערן קאָן דאָס עטלעכע טעג. גערעדט האָט מען אויך אין דער סטאָראָזשקע וועגן דעם, װווּ אהינטאָן זיך נאָכן אופרײס. דאָס איז געווען א טייל פונעם פּלאן, אזוי אז באשטימען האָט מען דאָס געזאָלט ניט אליין, מע האָט אָבער געפּרוּוט פאַרויסזען עטלעכע וואריאנטן. פּאָשעטער פון אלץ װאָלט זײַן אוועק אף יענער"זײַט דניעפּער, אין די װעלדער, אָבער טאקע מאכמעס דעם אופרײַלס װעט מען אין די ערשטע און געפערלעכסטע טעג עס ניט קאַנען טאָן -- קיין צוגן װעלן ניט גיין איבער דער בריק, און אף דער, װאָס פון יענער-זײט פּאַדאָל, װעט דער קאַנטראָל אוואדע זײַן אזא, אז קיין מויז װעט ניט קאָנען דורכשפּרינגען. װעט מען, הייסט עס, פארשווינדן אף קאָנספירא- טיווע קווארטירן. אים, ליאָניען, איז טאקע אָנגעװיזן געװאָרן אָט די ערשטע קווארטיר -- בא דינא סאוויטשנאיא. אינדערפרי דארף ער זיך באגעגענען מיט אלעקסיי קוזמיטשן, יענער װעט
20
װויסן, װאָס װײַטער טאָן. מעגלעך, אז מע װעט גאַר בלײַבן ערגעץ אין שטאָט, אפילע ניט אף דער אײַזנבאן. מע האָט אָבער דערלאַזט אויך אזוינס, און דאָס האָט װידער ניט געהייסן לייגן זיך פייגעלעך אין בוזעם: די דייטשן װעלן זיך ניט כאפּן, אז אלץ קומט פונעם פישער-ארטעל, מע װעט ניט מאכן קיין אונטערזוכונג אין דער סטאָראַזשקע, און אוב אפילע יאָ, װעט מען דאָרט אלציינס גאָרנישט ניט געפינען, קיין שפּרענקעלע אופּרײַט-שטאַף, קיין דרעטעלע == אלץ איז אויסגעראמט, ארײַנגעװאָרפן אין אַזערע; -- װעט מען זיך קאָנען אומקערן, קעדיי טאָן דאָס זעלבע װידער, און אוואדע -- בעסער, געניטער. געווייגלעך (אזוי האָט זי געלייגט אפן זינען), די ערשטע טעג װעט מען ביכלאל קיינעם ניט צולאָזן נאָעגט צו דער בריק, האָבן די פישער ניט װאָס צו קומען אהין, און טאקע װײַל אזוי, איז ליאָניע, הייסט עס, אין אָװנט געווען מיט פיש אין קיך פון דעפּאָ -- צוריק אומקערן זיך, ביז עס װערט ליכטיק, צו דער אַזערע, האָט ער ניט געקאַנט: װען עס װערט פינצטער, לאָזט מען אויסער דער סטאנציע קיינעם ניט אומגיין לעבן די רעלסן, יערעמיי פאָמיטש האָט ביכלאל באקומען א דערלויבעניש פאָרן אין דאָרף עפּעס אױסבײַטן, שעשענקאַָ -- טאָמער ציט מען דורך א פאָדעם צו אים, אין דער פּײַערלעשערש -- דאָס זעלבע, רעדוטני האָט, צוזאָגנדיק באטאָג קרומפײילן פרישע סיש, באמערקט, דערעכאגעוו, אז דער עלטסטער פישער פארט אוועק ניט אף לאנג, און ער אליין, דער באזאָרגער פון דעפּאַ, דארף זיך אראָפּכאפּן צו באקאנטע בינענציכטלער, עס קאַן זיך מאכן, אז ער װעט באקומען עטלעכע פוד האָניק. אין די ערטער, װאָס זײַנען אָנגערופן גע- װאָרן, װעט מען זיך ניט באװײַזן. זיכערע מענטשן װעלן אָבער פון דאָרט צו ויסן געבן, צי האָט מען ניט געזוכט קיין שטאָטישע..
אנדערש ניט, בלויז אזוי װערט פון אלע זײַטן ארומגעשטעלט אזא ריזיקאלע זאך, האָט ליאַניע געטראכט און מאמעש געשטיקט זיך פאר אומגעדולד אפן קאנאפקעלע, געדרייט זיך פון זײַט אף זײַט. געהאלטן אין איין קוקן אף די טאפליעס, צי ווערן זי נאָך ניט בלוי, און אף די זייגערס -- קײַלעכדיקע, בלאסע פענעמער, אף וועלכע די װײַזערס זײַנען אויסגעקו- מען, װי װאָנצעס, אָט אוסגעהויבענע פון געלעכטער, אָט אראָפּגעלאָזטע פון געוויין.
פאר דעם װי ארױס אין דרוסן האָט ליאָניע א קוק געטאַן אף זיך אין שפּיגל פונעם אלטן טואלעטיטישל, װאָס איז, א דורכגעגעסנס מיט שאשעל, געשטאנען בא דער טיר, לעבן פּוסטן הענגער. ער האָט א טראכט געטאָן װעגן די אויגן -- קארע, אַנגעשטרענגטע, האָבן זי טונקל א ברען געטאָן צווישן די געלע פליאמעס, װאָס האָבן פון הינטן באדעקט דאָס גראָבע גלאָז: .מע װעט זיך דארפן פּלײַסן ניט קוקן אזוי ביסטרע"; דאָס, װאָס די גאָלדיקרױטלעכע האָר זײַנען לאנג ניט קיין געשוירענע, האָט גראָד ניט אויס- געמאכט (זארובא האָט גאנץ זעלטן זי אים ארומגעכאפּט מיטן שערל, און צו אן עמעסן פאריק- מאכער איז בעסער געווען ניט רוקן זיך), אָבער לײַכטיצעכוואליעטע, האַבן די האָר זיך פאר- בויגן אין קליינע קוטשערלעך אף די שלייפן, ארום די אויערן און אפן נאקן -- דאָס האָט ניט געטויגט. ,מיילע, בא דער ערשטער געלעגנהשט װעט מיך עמעצער אונטערשערן, דערװוליל װעל איך בעסער אָנרוקן דאָס היטל און איך טראָג עס אלציינס מיט אראָפּגעלאָזטע אוערף! = האָט ער באשטימט. מער גאָרנישט -- ניט די נאָז, א גלטיכע, מיט עטװאָס צעשפרייטע לעפּ- לעך, ניט דאָס מויל, א מויל, װי א מויל, איצט -- הארב א צונויפגעדריקטס, ניט די שארף אָנגעמערקטע סקולעס, באדעקטע מיט א שוואכער ראָזקײַט, װײַל די הוט איז א דינע, וי צו- מיינסטנס בא העלע, -- מער גאַרנישט האָט ניט ארויסגערופן יענעם אומרו און צווייפל, וועלכן ער האָט שטענדיק געשטיקט אין זיך נאָר געװוּסט, אז אפאנעמעסן דערשטיקן אים קאָן מען גיט. באם טישל האָט ליאַניע זיך אָפּגעשטעלט, װײַל דינא סאוויטשנאיא, א צעערגערטע, װאָס ער גייט אוועק אַן אן איבערבײסן, -- זי איז ערשט אראָפּ פון בעט, ניט געװוּסט, אז ער װעט אזוי אײַלן, -- האָט זיך געװאָרפן אָפּװכן עפעס, אין װאָס מיטגעבן אים עטלעכע קארטאָפל, פארבליבענע פון אפדערנאכט. בא א זײַט, אין שפּיגל, איבערן אייגענעם אקסל, האָט ליאָניע געזען, אז די פרוי האוועט באם טיש -- זי האָט אָפּגעריסן א שטיק פונעם פאפיר, מיט וועלכן דער טיש איז פארשפּרייט, און האָט שוין באלד גרייט א פעקל. און דאָ האָט ליאָניע פאר- שטאנען, װאָס ער האָט נאָך געזוכט אין זײַן פּאָנעם: .איך בין ענלעך אף דער מאמע"; דער געדאנק וועגן דער מאמע האָט דערװעקט די זאָרג פון אָט דער איינזאמער און אָן סאָפּעק גוטער נעשאָמע, נאָר אין דעם, װאָס ער האָט פארגלײַכט זײַן פּאָנעם מיט דער מאמעס, אזוינס, װי ער האָט עס איינמאַל פאר אלעמאָל פארגעדענקט, איז געווען קימאט א קאלטעה, פראקטישער מיין. נעכטן האָט דינא סאוויטשנאיא דערציילט, אז מע האָט פון קאָטאָווסקיס
21
בריגאדע זי געשיקט אין אוסשפּיר. די מאמע איז אויך געגאנגען אין אויסשפיר -- בא שטשאַרסן. געווען איז זי א טעלעפאַניסטקע אינעם רשטער-עסקאדראָן, װוּ דער טאטע האָט געדינט. דערנאָך, ווען דער טאטע איז שלאף געװאָרן, איז זי אוועק נאָך אים אין דער טיי פוסיטעפּלושקע, אוועק פאר א סאניטארקע און אליין אויך געפאקט דעם פלעקיטיפוס, נאָר ביז דעם אלעמען, צי נאָך דעם, איז זי עטלעכע מאָל געגאנגען אין די דערפער און אף די סטאנציעס ארום ניעזשין -- דאָס איז דערציילט געװאָרן וועגן ניעזשין, פונוואנען זי האָט געשטאמט, --געגאנגען צו די סיטשעוויקעס, אויסקוקן זייערע קריגסיפּאָזיציעס, זייערע עשע- לאָנען. האָט דאָך קיינער דאָרט, באם סוינע, ניט דערקענט, אז זי איז די, װאָס װאַלט גאַר אף אן אנדער מין אויפן פארפּײַניקט געװאָרן, װאָס האָט, באקומט זיך, צװײי מאָל פארדינט דעם טויט..
ליאָניע איז אלט געווען עטלעכע כאדאָשים; װען א באנדע האָט זיך ארײַנגעריסן אין ליובאטש, װוֹהין די מאמע איז געקומען צו שווער און שוויגער אף קימפּעט, -- זי איז געווען א קײַלעכדיקע יעסוימע, און א באנדיט, וועלכן זי האָט זיך קעגנגעשטעלט, האָט זי דערשטאָכן, פארטיידיקנדיק די מאַמע, האָט דעמלט באקומען א װוּנד דער זיידע זכאריע און איז אויך אינגיכן געשטאָרבן. ליאָניען האָט דערצויגן די באָבע שיפרע, װײַל דער טאטע איז אָדער געווען אין דער ארמיי, אָדער ער האָט געלערנט זיך אין שטאָט, דערנאָך געארבעט ערגעץ װײַט און איז װידער גערופן געװאָרן אין דער ארמיי -- שוין אף שטענדיק. נאָר דאָס איקערדיקע-- ער איז געװען ניט נאָר זײַנער, ליאַניעס, --ס'האַט זיך באוויזן די טיאָטיע אָלגע, נאָכדעם --נאטאשקע. זײַנע, ליאַניעס, איז געװען די באָבע, זײַנע איז געװען די מאמע, װאָס איר פּאַרטרעט איז געהאנגען אין שטוב, זײַנס איז געווען דאָס איינציקע קאר- טעלע, פון וועלכן דער פּאָרטרעט איז פארגרעסערט געװאָרן.-- די מאמע איז אין א קובאנקע, פון אונטער וועלכער עס פאלן אראָפּ צוויי שוערע, העלע צעפּ אף דער מיליטערישער גימ- נאסטיאָרקע, ערנסט, שטרענג ברענען די טונקעלע אויגן, און ביכלאל, ווען ניט די צעפ == איז עס ער אליין, ליאָניע
דאָס קארטעלע-- עס איז אונטערגעשריבן געװען אף יוִדיש, דער באָבע שיפרען און דעם זיידן זכאריען, און איז געשיקט געװאָרן פון עסקאדראָן נאָך פאר דעם, װי מע האָט זיך באקענט, -- האָט ער פארנייט צוזאמען מיטן קאָמיוגישן בילעט אין קאָלנער פון עדיקס קורטקע, ווען ער, ליאָניע. האָט נאָך דער פּלײטע פון דער לאסטמאשין, װאָס האָט אים געפירט צום באביייאר, איבערגעטאָן זיך אף פּאָדאָל, בא טיכאָן וואסיליעוויטשן, קעדיי אוועק מיטן יאטל, א געקומענעם אליין פון געהענעם, צוערשט אף יענער-זײַט דניעפער, קיין בראָווארי, װוּ עדיק איז טאקע געבליבן, דערנאָך -- צום פראָנט. נאַר אז ער איז ניט דערגאנגען, אז ער האָט באקומען צוויי קוילן אין פוס און איז א פארכאלעשטער ארײַנגעפאלן אין א לאגער, האָט דערנאָך, ווען ער האָט געברענט פון היץ, געדארפט פאסירן מיט אים אָט די צאָרע -- עפּעס א בריע זאָל פון אים אראָפּשלעפּן די קורטקע. דאָס ביכעלע טיכאָן וואסיליעוויטשעס, װאָס איז שוין געווען זײַן, ליאָניעס. דאָקומענט און װאָס געהאלטן האָט ער עס פּאָשעט אין דער הויזן-קעשענע, איז געבליבן גאנץ --אויך א װילד שטיקל גליק, נאָר יענץ, דאָס סאמע טײַערסטע, אין קאָלנפֿר, איז פארלוירן אף שטענדיק. און אין ליובאטש איז דער מאמעס פּאָרטרעט שוין אויך ניטאָ, װײַל די באָבע, און אלע קרויווים, און אלע דאָרטיקע ייִדן, אזוי װוי אומעטום, אזוי װי אין קועוו, זײַנען ניטאָ..
אין גאס-- פון אָנהײב איז ליאָניע אועק דורך א פארװאָרפן געסל, װאָס פירט בארג- אראָפּ, -- האָט ער פאָרגעזעצט טראכטן וועגן דער מאמען, און די געדאנקען האָבן אים אוועק- געפירט אלץ װײַטער און װײַטער. קימאט אלץ, װאָס ער האָט געװוּסט װעגן דער מאמען, און פיל פון דעם, װאָס ער האָט געװוּסט װעגן דעם טאטן, האָט דערציילט די באָבע. א טיף אָרנטלעכע, האָט זי צומאָל װעגן זיך אליין גערעדט ניט קיין גוטס, יעדנפאלס, ניט ארויס- געשטעלט זיך פאר אזא, װאָס זעט און טוט אלץ ריכטיק. זי האָט דערציילט װעגן דעם טאטנס, װי זי האָט געזאָגט, פּראָמאכן, גוטס---א סאך, אָבער אויך -- פּראָמאכן. און בא דער מאמען --גאַרנישט, אלץ איז שיין און איידל -- היײליק. צװישן דעם טאטנס פּראָמאכן איז געווען זײַן ליבע מיט טשארנע סעגאל. אַדער ער האָט ניט געדארפט ארײַנלײיגן אין דעם דאָס גאנצע הארץ, און ביכלאל ניט געדארפט זיך צוען צו אזעלכעס (די באָבע האָט גע- מיינט-- צו פיל אױיסגעשפּילטס, צו ייִכעסדיקס, לוט װי מע האָט עס דעמלט פארשטאנען), נאָר אויב שוין יאָ געצויגן זיך, האָט עֶר עפשער, דער טאטע, ניט געדארפט ארױיסװײַזן זײַן קרעמעזדיקן האַנאָר. -- די באָבע האָט געהאלטן, אז די קרעמעזעס האָבן זייערן א האָנאָר, -- ניט געװאָלט זי מער קענען, טשארנען, װען זי האָט, זעענדיק, אז עפשער װעט זי זיך אף
29
אים, דעם רויטן קאָזאק, ניט דערווארטן, א קוק געטאָן אף א צווייטן, א פּריטשעפּע, א בוי- דעם. און ער האָט. הייסט עס, דער טאטע, געפונען דאָרט, אין עסקאדראַן, כאנקען.. יאַ-- און דאָ האָט די באָבע געשטראָפּט זיך אליין. און געשטראָפט דעם פארשטאָרבענעם זיידן--- זײ האָבן זי ביידע ניט געװאָלט, כאנקען. אָט דאָס קארטעלע איז אָנגעקומען, מע זאָל זיך שוין, הייסט עס, קענען, איז האָט זי עס באגאָסן מיט טרערן, די באַבע, און דער זיידע האָט געזיפצט: .אָט דאָס װעט זײַן די שנור, אן אייגן קינ עפשער פאָרט זי אום אפילע רײַטנדיק און האָס א נאהײַקע אין דער האנט? און דאָס פּאָנעם..* יאָ, פון אָנהײב האָט זי זיי זיך אויסגעוויזן, דער באַבען און דעם זיידן, אלס גאָר א פּראַסטע, װען ניט דער נאָמען און די יודישע צושריפט אירע, װאָלט מען גאָר געגלײיבט, אז זי איז פון א פרעמדן שטאם. נאָר אז מע האַט זי דערזען, כאנקען, אין שטוב, אז מע האָט זי דערקענט--א בעריע, עס האָט בא איר אלץ געברענט אונטער די הענט, און א מעזעגטאָוו, גוט, און לײַטיש, און שיין אויך - װער דארף א יעפאסטויאר, אז מאָלעיכײן איז עפשער אפילע מער. און די גאָלדענע צעפּ אירע, און דער שטעל, מע האָט פון איר די אויגן ניט געקאַנט אָפּרײַסן, מע האָט ראק מוירע געהאט פאר א גוט-אויג, איז ארײַן דער באנדיט מיטן מעסער..
דער טאטע האָט אויך דערציילט וועגן דער מאמען, אַבער זייער זעלטן, און דעריקער זייער צוריקגעהאלטן, און ליאָניע האָט, א קליינינקער, מיטן הערצל אים פארשטאנען. שפּע- טער, אן אונטערגעוואקסענער, האָט ער אים אויך פארשטאנען, אנדערש, און װוידער ניט פאָרגעװאָרפן די צוריקגעהאלטנקשט-- דער טאטע האָט אזויארום אויסבאהאלטן זײַן געפיל, װאָס איז, אומאָפּהענגיק פון דעם. װאָס ער האָט געפילט צו אָלגען, געבליבן בא אים אין הארצן. פאָרגעװאָרפן האָט ליאָניע גאָרנישט, אָבער א געװיסע קעלט האָט עפשער טאקע אָט די צוריקגעהאלטנקײַט צוישן אֹים און דעם טאטן געשאפן.
פארװאָס זשע האָט זיך וועגן דעם אלץ געטראכט איצט, דאָ, װען ער טרעט אף ברע- נענדיקער ערד? ער האָט געװוּסט: אלעמאָל, ווען ער איז אין געפאר, ס'הייסט, די געפאר איז ארום און ארום שטענדיק, נאָר אלעמאָל, ווען זי װערט אַנשױלעכער, װען מע מוז גיין קעגן איר מיט אָפענע אויגן און מיט א צונויפגעדריקט הארץ, טוט ער א טראכט, ---ס'א געווויג- הײַט, צי א קלאל, װועלכן ער האַט זיך אליין אײַנגעשטעלט, נאָר עפעס קומט עס פון דער שיף, -- טוט ער א טראכט ועגן דער מאמען, װעגן דער בּאָבען --זיי ביידע זײַנען בא אים קימאט וי איין געשטאלט, און װײַטער טוט זיך א טראכט שוין וועגן פעטער מיבל, װאָס האָט אים אוֹיך דערצויגן, ליב געהאט, וי אן אייגן קינד (דער פעטער מיכל, דעם זיידנס שוועסטער- קינד, איז אקוראט ניט אָפּגעטראָטן דאָרט, אין ליובאטש, פון דער באָבע שיפרען ביז דער לעצטער שרעקלעכער מינוט), עס טוט א פלי דורך אין די געדאנקען עפּעס וועגן טאט, וועגן אָלגען; נאטאשקען.. אנטשטייענדיק אָט אזוי איינס נאָך איינס פאר זײַן בליק, װערן זיי װוי איידעס פון דעם, װאָס ער טוט, און ער דערפילט זיך שטארקער, זיכערער.
די באָבע האָט געהאט א גאָט. װעלכן זי פלעגט רופן צו הילף, מיט װעלכן זי פלעגט זיך אייצען. אין דער קינדהײַט האָט ער, ליאָניע, אויך געהאט דעם דאָזיקן גאָט. דערנאָך האָט ער אי געלערנט, אי פארשטאנען, -- דאָרט, אויבן, איז פוסט. אלץ איז אָט דאָ, אף דער ערד, דער גרינער, צי דער פארשאָטענער מיט שניי, דער רוישיקער, דער האווענדיקער, דעה, װאָס איז טויב צו דײַנע מאנגלען, צו דײַנע ליידן, נאַר װוּ דו גײסט עמעצן פאָרט אַן. דאָס קאָנען זײַן אפילע אזעלכע, אָן א שיר אזעלכע, װאָס קענען דיך ניט און דו קענסט זי ניט. דאָס זײַנען מענטשן. איז אָט טראכסטו וועגן די, װאָס דו קענסט זיי, װאָס זײַנען דיר אייגן, וועלכע דו ביסט אַנגעגאנגען, צי דו גײסט זיי אָן, וועלכע דו דארפסט, לעבעדיקע צי ניט קיין לעבעדיקע, װערט זײַן, און דאָס גוטס, װאָס זיי האָבן געװאָלט, צי זי וילן זען אין די איז, אוב ניט דײַן שירעם-- דײַן איינציקע האָפענונג,
צו דעם, װאָס ער האָט אופגעטאָן, צו דעם, װאָס זײַן ייַנגלשער פארשטאנד האָט געפירט און לוט זײַנע ייַנגלשע קויכעס האָבן דערלויבט אופּטאָן זינט דער מילכאָמע (װײַל װאָס האָט ער געטאָן ביז דער מילכאַמעז -- געלערנט זיך דאָ, אין קועוו, אין א געאַלאָגישן טעכניי קום, אפן דריטן קורס! זינט דער מילכאָמע הייסט -- זינט ער האָט געװאָרפן די פּראקטיק אפן װײַטן מיזרעך, אין די בערג פון קליין-כינגאן, און מיט מאטערניש דערקליבן זיך קיין קיעוו, װאָס איז שוין דעמלט געווען א פראָנט-שטאָט, געװאָרפן די פּראקטיק, געלאָזט זיך קעגן דעם אלעמען, װאָס ער האָט קיין רעכטע אנונג װעגן דעם ניט געהאט, א זאך, װאָס קאָן באנק טאָן, װאָס האָט אים שוין אין מינוטן פון שוואכקײַט, פארצווייפלונג,. װען ער קריצט מאמעש מיט די ציין, אזא שווערע איז די אויסקומעניש, עפשער אפילע באנק געטאָן, נאָר אלעמאָל קומט ער צום אויספיר, אז ניין, עס טוט ניט באנק, כאָטש די טיאָטיע אַלגע האָט אים גוט אויסגעמוסערט און לאכלוטן ניט געהאלטן פאר קיין העלד, ווען מע האָט זיך
23
דאָ באגעגנט אין דער אַקופירטער שטאָט, און עס קאָן זײַן, אז דער טאטע איז אויך ניט גאָר צופרידן פון זײַן שריט, װײַל כאָטש אין דעם אינציקן בריוו, װאָס האָט באוויזן אַנקומען פונעם טאטן, איז קיין װאָרט וועגן דעם ניטאָ, האָט טאקע דאָס געקאַנט באטײטן, אז ער איז ניט צופרידן), -- צו דעם, װאָס ער האָט אופּגעטאַן: אוועק אלס א פּרײַװיליקער אפן פאנ- צערצוג, געלאָפן פון דער ערשטער געפאנגענשאפט, װען עס איז געבליבן עפשער פינף מינוט פאָרן צום באביייאר, און פרוער, ניט לאנג ביז דעם, װי ער איז ארײַנגעפאלן אין יענער ערשטער געפאנגענשאפט, האָט ער געראטעװעט א פארװוּנדעט יונגעלע, װאָס אין געלעגן אפן שליאך הינטער דארניצע, לעבן א צעקלאפּטער לאסטמאשין, און דורך דעם האָט ער זיך באקענט מיט לאריסען, --נו, לאריסקע איז א באזונדערע זאך, -- דערנאָך, נאָך דער פלייטע, האָט ער זיך געטראַפּן מיט עדיקן בא טיכאַן וואסיליעװויטשן איִן דער פאָרלאָזטער דירע און ארויסגעפירט אים פון קזעוו, כאָטש, ניין, עדיק האָט אליין אָפּגעזוכט זײַן באקאנטן פישער, װאָס האָט זי ביידן אריבערגעשיפט איבערן דניעפּער, -- נאָר װי דאָס זאָל ניט זײן, האָט ער, ליאָניע, אָפּגעפירט דאָס ייַנגל צום בלינדן פּראַפּעסאָר סילין, װאָס איז פון קועװ אוועק װױינען צו דער טאָכטער קיין בראָווארי, --עדיק, ער זאָל נאָר בלטבן לעבן, איז ער עפשער דער איינציקער ארויס פון באבי-יאר, און א קאָפּ האָט ער ניט קיין געוויינלעכן, אויב דער באװוּסטער געלערנטער, דער מאטעמאטיקער, האָט זיך געייִסעקט מיט אים נאָך לאנג פאר דער מילכאָמע. דערנאָך -- װאָס נאָך האָט ער אף זײַן כעזשבן, ליאָניעז -- דערקליבן זיך װוידער, אף א קוליע און מיט א שטעקל אין דער האנט, נאָך דער פּלײטע פון. דער צווייטער געפאנגענשאפט, קיין דארניצע צו טימאַשטשוקן און זארובען, --צו דעם אלעמען איז צוגע- קומען אָט דאָס--דער אופרטס אף דער בריק. זאָל זײַן, ניט ער האָט אועקגעלייגט די מינע, און ניט ער איז אפילע געזעסן אין שיפל, װי עס האָט געזאָלט זײַן, נאָר א ביסל טאָל איז דאָרט זײַנעה!
4 דאָס טויבע געסל האָט ארויסגעפירט צו א ברייטער גאס, װאָס האָט אין דעם אָרט, פון איין זײַט, זיך געצויגן לענגויס אן אײַזנבאן"אַנשיט, איבער וועלכן עס האָט אין דער װײט, א פארנעפלטער פון לײַכטע פאלנדיקע שנייעלעך, זיך געזען א געדראנג פון מױיערן, און פון דער צווייטער -- לענגויס דעם פארקן פון אן אלטן בעסוילעם ---װײַסיצוגעד פּאָראָשעטע דענקמעלער און צלאָמים האָבן זיך געדראפּעט אפן טונקעלן רוקן פון א בארג. איבער דער גאס זײַנען דורכגעלייגט געווען רעלסן פונעם טראמווט, װאָס פירט פון אָט דעם העק צוֹ די צענטראלע גאסן, און בא ליאָניען האָט א טיאָכקע געטאָן דאָס הארץ: ער איז שוין לאנג ניט געװוען אף יענע גאסן, זינט ער האַט מיטן לעצטן קאָמענדאנטישן פאטרול פארלאָזט די שטאָט. אף קועװ"מאָסקאָווסקי און אין די געסלעך ארום דער סטאנציע -- דאָס איז געװוען זײַן קרײַז שוין זינט א כאדאַשים זעקס-- האָט ער צומיינסטנס זיך באוויזן, ווען עס איז צוגעפאלן די נאכט אָדער עס האָט געהאלטן בא װערן טאָג, און דאָרט זײַנען ביכלאל די מענטשן באשעפטיקטע, פארטאָנענע, כוץ דעם האָט מען אים שוֹין טאקע געקענט אויך, זאָל זײַן פונװײַטנס; האָט מען זיך ניט גאָר צוגעקוקט צו אים. און דער .אאוסװײַז"--א פישער, און .טיכאָן קאלינקא"-- דאָס אלץ איז געווען א שוץ. און דאָ-- דעם אײַזנבאנערשן .אאוסװײַז" און דאָס ביכעלע אף קאלינקעס נאָמען האָט ער טאקע אין קעשענע, נאָר באד װטץ קאָן מען עס ניט יעדן סײדן א נארישעוואטן פּאָליצט, דערבײַ איז אוואדע בעסער קיינעם עס איצט ניט שטעקן, װײַל טאָמער טוט מען א קלונג אין דעפאָ און דאָרט זוכט מען אים שוין?.. פון אונטער דעם דורכפאַר אינעם אָנשיט, װוּהין ליאָניע האָט געדארפט פארקערעווען (אהין האָבן אויך אוועקגעשלענגלט זיך די טראמװש-ליניעס), האָבן עטלעכע פרויען און א זאָקן ארױיסגעקײַקלט א האנטיוועגעלע, אף װעלכן ס'איז געלעגן א טרונע--א פּאַשעטער לענגלעכער קאסטן, צונויפגעקלאפט פון גרויע פּארקןדברעטער. דאָס האָט אָפּגעװענדט ליאָז ניען פון זײַנע געדאנקען. די ניט געוויינלעכע טרויער-פּראָצעסיע האָט שטום אָנגעװיזן דערוף, װי עס לײַדט, װי עס פּײַניקט זיך די שטאָט. פון יענעריזײַט דורכפאָר, לעבן צעקלאפּטן אספאלט פון טראָטואר, גלײַך אף דער ערד, אן אויסגעפלעקטער מיט צעגאנגענעם שניי, איז מיט אן אָנגעװאָרפן פארלאטעט פּעלצל אף די אקסל, --אָנגעװאָרפן, קעדיי מע זאָל זען די גרינע גימנאסטיאַרקע.-- געזעסן א קאליקע אָן ביידע פיס. לעבן אים איז געשטאנען א מיידעלע מיט אָן א שיר בענקעניש, טרויער און שטומע ווארטעניש אין די בלויע אויגן. קלאַר--דער טאטע איז געקומען אהיים, אזא לאָוט מען אָפּ פון לאגער. אין דעם היטל, װאָס איז אוועקגעלייגט אף דער ערד מיטן אונטערשלאק
24
ארוף -- א ציבעלע, די איינציקע געדאָװע. ליאָניע האָט אופגעריסן אין איין עק זײַן פּעקעלע און אוועקגעלייגט אין היטל א געבאקענע קארטאָפּליצ.
א מיידל איז אַנגעקומען אנטקעגן אפן טראַטואר, א בלייכע, מיט אָנגעשװאָלענע זעקע- לעך אונטער די אויגן. זי האָט געטראָגן אין דער האנט א פערטעלע פון א געל ברויטל. ,די זעלבע פּראָסע" -- האָט ליאָניע אַּגעמערקט. דאָס מיידל האָט געטשיפּעט רוילעכע שטיקעלעך און געלײיגט אין מוֹיל. ביז מע האָט זיך אויסגעגלײכט, האָט זי דאָס געטאַן דרי מאָל, ליאָניען האָט זיך פארװואָלט זאָגן איר, אז זי װעט אהיים גאַרנישט ניט ברענגען, ער האָט שוין דער- פילט דעם שמייכל, װאָס האָס שיר ניט א באוועג געטאָן די ליפּן. נאָר אָפּגעשװיגן. אָפּגע- שוויגן, ליל ער האָט א טראכט געטאָן, אז עס װאָלט ניט שאטן, ער זאָל אויך אופעסן די צוויי קארטאָפּליעס, װאָס זײַנען געבליבן אין פעקעלע, -- ס'האָט געבורטשעט אין בויך, און ס'איז ביכלאל בעסער געווען קומען אהין, װוּהין ער איז געגאנגען, אן אָפּגעגעסענער. אָבער א קלער געטאָן וועגן די קארטאָפּליעס האָט ער אויך מאכמעס אן אנדער זאך -- פון הינטערן ראָג, װוּ די גאס מיט די טראמװײַ-ליניעס האָט פארקערעוועט אף לינקס, איז אָנגעקומען א נאריאד פּאַליצײַען, ניט קיין גרויסע קאָלאָנע, צו צװײ אין ריי. בעסער איז גיין און עס = האָט ליאָניע באשטימט, -= ער לייגט, הײסט עס, קיין אכט ניס אף די פּאָליצטען. נאַר ול ער האָט נאָך געהאט צו קלערן א מינוט --אָנדערהאלבן, האָט ער גאָר אָפּגעקערעװעט פון טראָטואר צו א נעענטערער גאס, װאָס האָט זיך אוועקגעצויגן פאזע דעם באן-אָנשיט. די דאָזיקע גאס ציט זיך אויך, פּונקט װי יענע; פונוואנען דער נאריאד איז אָנגעקומען, נאַר א ביסל נידעריקער; פאראלעל דער גאָרקיגאס, דער קוונעטשנע, װוּ שעשענקאַ ווארט אף אים -- קיין עג לײגט ער קימאט ניט אָן.
צופרידן פון דעם. װאָס די פּאַליצײַען האָבן דורכגעטופעט בא א זײַט, האָט ליאָניע טאקע גענומען זיך צו די קארטאַפּליעס. ער האָט פארפאמעלעכט די טריט, ניט געשיילט די שאַלעכץ/--א צונויפגעקנייטשטע, ערטערװײַז א צוגעברענטע, איז זי שטארק צוגעשטאנען צום אייבערשטן אײנגעבאקענעם שיכט, -- פאָשעט געקרישלט צו שטיקעלעך קארטאָפל אין מויל ארײַן, און צוערשט געטראכט, דאכט זיך, בלויז וועגן דעם, װאָס ער טוט און װאָס די אויגן זעען.
א מאָדנע גאס. פון איין זײַט, װוּ עס איז. א ביסל װשטלעך, דער אײַזנבאןיאָנשיט, -- די- קע, הארבסטיק-שווארצע און הוילע ביימער, לינדן,. קאשטאנען, װער װײסט, עפשער חונ- דערטיאָריקע! אף דער צװייטער זײַט-- אויך אזעלכע ביימער, נאָר שיטערער, און אלטע, צומיינסטנס ציגלנע, צװײ-דרײַשטאַקיקע מויערלעך מיט געצאצקעטע גאנעקעס, וועלכע עס האלטן אונטער אָפּגעקאלופּעטע הערקולעסן, אפראָדיטעס, צעטראסקעטע געשניצטע טירן מיט קאָלירטע פענצטערלעך פון אויבן, פון איין טױער צום צווייטן צוען זיך קרומע, צעבראָכענע פלויטן, אמאָל מיסטאמע שטילנע צונויפגעקלאפטע, און די גאנצע גאס מאכט אן אטנדרוק, װי זי זאָל זײַן אראָפגעזעצט אין גרוב.. צוערשט האָט ליאָניע בלויז אָט דאָס א טראכט געטאָן' און עפשער אפילע דערפאר, װײַל ער האָט אפן שילדל פון איין הויף, פון א צװײטן איבער- געלײענט: ,יאמסקאיא". נאַר באלד האָט א טיאָכקע געטאָן אין הארצן, און ניט װײַל עס איז געקומען אפן זינען: יאמסקאיא! בא קופרינען הייסט די דערציילונג וועגן דעם דאַזיקן אָרט ?יאמא"-- די גרוב. דאַ זײַנען ביז דער רעװאָליוציע געווען שאנדהײיזער.
ליאָניע האָט זיך אופגעהויבן איבער די צוויי קווארטאלן, װאָס האָבן אָפּגעטײלט די יאמ- סקאיא פון דער קוונעטשנע. און פארקערעוועט אף אָט דער ברייטער, שוין א צענטראלער גאס. ער האָט דערפילט, אז די פיס װערן אזוי װי שוערער, און פארשטאנען---ס'איז איי- מעדיק. דערפילט אויך שארפער די נאסע קעלט, באמערקט די שנייעלעך, װאָס לייגן זיך אפן פאַנעם, אף די הענט. קיין דורכגייער זײַנען אף דער גאס אין אזא פרוער שא קימאט ניט געווען -- ער ווארפט זיך אין די אויגן נאָר באלד האָט ער מיט אן אינערלעכן שמייכל זיך א מינטער געטאָן: און איך גי אום!" געמיינט האָט עס: .איינער פון די געציילטע לעבנגעבלי- בענע גי איך דאַ אום.* שטארקער אָנגערוקט דאָס קעצן-היטל, באהאלטן די הענט אין די קעשענעס פונעם קורצן מאנטל, איז ער מיט פארשנעלערטע טריט אװעק װײַטער.
עס האָט אים איצט געטראָגן זײַנער, ס'קאַן הייסן, א זײַטיקער אינטערעס. מיילע, צו שעשענקאָן, צִי װער עס וארט דאָרט אף אים, איז נאָך װײַטלעך, א קווארטאלן פיר, דאָס איז, פארשטייט זיך, דאָס איקערדיקע -- װאָס גיכער קומען אהין, נאָר דערווניל װעט ער אף עפעס א קוק טאָן ס'איז פּאַשעט גוט. װאָס ער האָט זיך אין דעם דערמאַנט. די גאס האָט עטװאָס פארקערעוועט לינקס, און ליאָניע האָט אָפּגעזוכט אינעם פלייץ פון די הײַוער אף דער קעגניבערדיקער זײַט אן אײינשטאָקיק מויערל אף א הויכן פונדאמענט, ער האָט אויך דערזען דעם שווארצן קרומען טאָפּאַל, װאָס שפרייט די הוילע צװײַגן אפן דאך פונעם
28
מויערל. אַשער שווארצמאן האָט דאָרט אמאָל געװוינט.. ליאָניע האָט זיך אָנגעשטױסן, אז דאָס מעמאָריאליברעטל האָבן די דײַטשן אראָפּגעקלאפּט, נאָר פונװײטנס האָט ער דאָס נאָך ניט געזען. שווארצמאן. אהער, אין אָט דעם מױיערל, האָט ער, א דראגון, מיט עטלעכע קוים- פארצויגענע װוּנדן אפן לײַב, זיך אומגעקערט פון דער ערשטער װעלטימילכאָמע, און דאָ, אוואדע דאָ, האָט ער עס באשלאָסן, ---אין א שלאָפּלאַזער בעהאָלעדיקער נאכט, צי אין אן אומרויקן טאָג, -- פרײַװיליק אוועק צו שטשאָרסן. -ביסטו פארן נײַעם לעבן, איז גיי אין דער רויטער ארמיי",---אזוי האַט ער געזאָגט. ס'איז געשיכטע. דער טאטע האָט אים געזען בא די באַגונצעס. דער פאנצערצוג, אף װעלכן דער טאטע איז געװען, האָט אין א פערטל שאָ ארום זיך ארײַנגעריסן אף דער קליינער סטאנציע, װוּ עס זײַנען פון א קוילנווארפער, א בא- האלטענעם אף א בוידעם, פארשניטן געװאָרן די רײַטער-אױסשפּירער, װאָס זײַנען אהער אוועק, צווישן זי שווארצמאן.
.מײַן בליק ווערט קאלט, װי גרויער טאָג פון עסקימאַסן": פּונקט אָנגעמאָסטן פאר הײַנט..
5 ליאָניע האָט גענומען אריבערגיין אף דער צווייטער זײַט גאס. מע װאָלט דאָס קאַנען טאָן א סאך װײַטער, --- דאָס הויז, אין וועלכן ער האָט געדארפט קומען, איז אויך געווען אף יענער זײַט, נאָר ס'האַט זיך געװאָלט פארבליגיין דאָס מויערל, פון ועלכן ער האָט שוין גוט געזען, -- עס איז טאקע פארשווונדן דאָס מעמאָריאליברעטל. מיטאמאָל, צוקומענדיק שוין צום אנטקעגנדיקן טראָטואר, װאָס האָט ביזן ראָג זיך גע- צויגן פארבט אן אלטן סקוער, האָט ליאַניע פון יענער זײַט געפּלאָכטענעם אײַזערנעם פּארקנדל, װאָס האָט אָפּגעצױמט דעם סקווער אויך פון א זײַטיקער גאס, דערזען אָנקומען א מיידל, זײַן אופמערקזאמקײַט האָט צוגעצויגן ניט אזוי דאָס, װאָס געװוען איז זי --א דינע, א שלאנקע און א שיין געקליידטע. ער האָט װי דערקענט איר לײַכטן, ענערגישן גאנג, דעם רויקן קער פונעם קאָפּ אין איין זײַט, אין דער צווייטער. שווארצע, ניט גאָר קורץ-אונטער- געהאקטע האָר זײַנען געפאלן פון אונטערן קאראקולענעם היטעלע. א לאנגער װײַסער שארף האָט צוגעדעקט די הינטערשטע טייל פונעם היטעלע, ארומגעוויקלט דעם האלדז, און ס'האָט נאָך געקלעקט. אז די פרענדזלדיקע עקן זאָלן דערגרייכן ביזן ברייטן רימען, װאָס האָט אײַנגעצויגן אין דער טאליע איר גרוי בעקעשע-מאנטעלע. באם ראָג האָט דאָס מיידל צעשט- רייט א בליק געטאַן אף ליאָניען און געלאָזט זיך גיין אין דער זעלבער ריכטונג, װאָס ער, סאכאקל א פופציק שפּאן פאר אים. ליאָניע האָט באוויזן דערזען איר פּאָנעם, א שיינס, אן אויסגעבלייכטס, די לענגעכיקישווארצע אויגן, די קלאָר-אָנגעצײכנטע, צוגעפארבטע ליפן, און קוים באהערשט דעם ציטער אין האַרצן, א גליקלעכן, א פּײַנלעכן, א פארלוירענעם-- טאניעו קיין סאך מאָל האָט ער זי ניט געזען, טאניען, און אלעמאָל איז זי געווען אן אנדערע, און אלעמאָל די זעלבע, און אלעמאָל האָט די באגעגעניש אים איבעראשט. איין און איינציק מאָל האָט ער גערעדט מיט איר-- שוין דאָ, אין אָקופּירטן קיעװו, װען ער האָט איר דער- ציילט, אז צוזאמען מיט איר טאטן, מיט יאָסיף מארקוסן, איז ער געלאָפּן פון דער לאסטמא- שין, בייס מע האָט פון לאגער אף דער קעראָסינע געפירט צום באביייאר. און דאָס אויך -= דערװוּסט האָט ער זיך, אז ס'איז איר טאטע, צופעליק: בייס מע האָט נאָך געטריבן דורך דער שטאָט די יודישע קריגסגעפאנגענע אין יענעם לאגער, האָט טאניע געװאָרפן אין דער קאַלאַנע א פעקעלע שפּײַז און אָנגעװיזן מיט דער האנט, אז אָטאָ יענעם מיינט זי, דעם גרײַזלעכן מענטשן אין אײַזנבאן-קלײדער. ליאָניע האָט שפּעטער בעקיוון זיך מיט אים באקענט און דערװוּסט זיך: איר טאטע. און טאניען האָט ער געזען, ליאָניע-- געזען, ניט באקענט זיך, ---אין דער אײַזנבאןדפארוואלטונג, װוּהין ער פלעגט דורכן באלאגערטן קועװו באגלייטן זשאָרזש דודאקאָוון, דעם מאַטאַציקליסט, דעם פארבינדונגסידעלעגאט פון פאנצער- צוג. ס'איז שוֹין אלץ, װי אין כאָלעם---אי דער נײַונקער אוטאָמאט, װאָס ליאָניע האָט דעמלט פארמאָגט, אי זשאַרזש דודאקאַװ, א יונג א טשאק, װאָס צו זײַנע לעדערנע גאליפע, דער לעדערנער קורטקע; דעם לעדערנעם העלם מיט װינטברילן, צו די צוויי פּלאנשעטן, דעם גאגאן און דעם בינאָקל, מיט וועלכע ער איז באהאנגען געוען, װי א דיפקוריער פון די ביזימילכאַמעדיקע פילמען, האָט אים געפעלט דער אװטאָמאט, אוֹן אויב ליאַניע האָט ניט געװאָלט אָפּטרעטן דאָס געװער, א געשאנק פון א פארװוּנדעטן פּעכאָטע-לײיטענאנט, וועלכן ער האָט געראטעװועט (אראָפּגעשפּרונגען בייס דער שלאכט פון פּאנצערצוג און ארויסגעכאפּט דעם לייטענאנט מאמעש בא די דײַטשן פון די הענט), האָט זשאָרזש, קעדיי ליגן אים אין די ביינער, גענומען אומשלעפּן אים אומעטום אין װיגל פון זײַן מאָטאָציקל, אלס א וואך..
26
יאָ, אזוי איז געווען, און דאָס קומען זייערס אין דער אײַזנבאזיפארואלטונג, װוּ ס'האָט זיך געפונען דער שטאב פון די פאנצערצוגן, איז א כאָלעם, און דער שענסטער כּאָלעם איז גע- וויינלעך טאניע, װי ער פלעגט זי דאָרט זען אין איינעם א קאבינעט, אלעמאָל אינעם זעלבן, בא א שרײיבמאשינקע, צי נאַכגײן איר אף א מעהאלעך, קימאט אזא, װי איצט, אין לאנגן קאָרידאָר, ניט וויסנדיק רעכט, װאָס עס טוט זיך מיט אים. האָט ער זי נאַר געטראָפן, איז
און עפשער סטאם געלאכט פון אים, גערייצט אים, נאָר קעסיידער, ווען טאניע האָט זיך ערגעץ באוויזן, האָט ער דערציילט אײנס און דאָס זעלבע: זי האָט א געשטופלטן באָכער, א קאָמיוגישן טוער פון שטאב, אזא, װאָס ,מעגסט זיך ניט רוקן".. זייער מעגלעך, אז טאניע איז גאַר זשאָרזשן אליין ארײַן אין דער נאָז. א שטיקל באװײַז דערוף איז דאָס, װאָס באגעגנט האָט ער זי, ליאָניע, אין קועוו, אינגיכן נאָך זײַן ערשטער פלייטע, יענץ מאָל, װען ער האָט איר דערציילט וועגן טאטן, בּאגעגנט טאקע מיט זשאָרזשן, ס'הייסט, זשאָרזש האָט זי באי גלייט פונװײַטנס. טאניע איז געגאנגען געארעמט מיט עפעס א דײַטשישן אָפיצער, געפירט אים, זי-- דעם דײַטש, ניט דער דײַטש --זי, צו עפעס א מױער אנטקעגן דער לאוורע. פון יענעם מױיער איז טאניע אינגיכן ארויס אָנעס דײַטש, און זשאָרזש, וועלכער איז אויך אהין ארײַן באלד נאָך טאניען. איז געקומען שפּעטער. און דער דײַטש!. עפעס האָט ער דעמלט פארשטאנען, ליאָניע, סײַ איבער דעם, װאָס זשאָרזש, וועמען ער האָט דערזען טאקע בייס יענער איז נאַכגעגאנגען טאניען און דעם דײַטש, האָט אים געטריבן פון זיך, געהייסן צוווארטן אין גאס, סײַ איבער דעם, װאָס טאניע איז פון יענעם הויז, װוּ דער דײַטש איז געבליבן, = מיסטאמע א פארטיקער, פון זשאָרזשן דרייט מען זיך ניט אויס, און עפשער האָט דאָרט נאַך עמעצער געווארט, -- טאניע איז ארויס אינגאנצן אן איבערגעטאָנענע און א בלאסע, מיט פארבאָרגן-פלאמענדיקע אויגן.. אָט װי דאָס אלץ איז געווען. א כאָלעם און פּאָרט ניט קיין כאָלעם. און געזאָלט האָט ער, ליאַניע, נאָך דעם, װי ער װעט אָפּפירן עדיקן קיין בראָווארי (ער האָט געמיינט, אז זשאָרזש װעט העלפן אריבער דעם דניעפּער, נאָר מע איז זיך בא" גאנגען אָן אים), אויב ער װעט צום פראָנט זיך ניט קאָנען דערקלײַבן, צי איבערקלערן און אומקערן זיך קיין קועוו, ארײַנדרײען זיך, וי זשאַרזש האָט געייצעט, צװישן די, װאָס בויען אוף די צײַטװײַליקע אײַזנבאַן"בריקו דאָרט װעט ער געפינען דודאקאָוון, צי דודאקאָוו װעט אים אָפּזוכן און זאָגן, װאָס װײַטער טאָן. אלץ האָט אָבער זיך אויסגעדרייט גאָר אנדערש: ער האָט אָנגעטראָפן צו זארובען, צו טימאַשטשוקן, װען"ניטיווען פלעגט ער קוקן אהין, װוּ מע האָט שוין געבוט די נײַע בריק, דודאקאָוון האָט ער דאָרט ניט געזען און זוכן אים, באקומט זיך, איז ניט געווען קיין נויט,
און טאניעז.. װאָס--טאניע, ער איז א קליינינקערז ער האָט אמאָל, נאָך אין זיבעטן קלאס, דערזען פלוצעם, אז קימאט יעדערער פון די יונגלעך האָט זיך זײַנס א כאווערטעלע, א מיידעלע, װעגן װעמען ער טראכט עפעס. ער שרטבט איר צעטעלעך, ער טראָגט איר עפל, אָנגעריסענּע אין א פרעמדן סאָד, האָט ער זיך אויך אָפּגעזוכט אזא, די בּלאָנדע, די פעסטינקע ליובע ביליטש. װפן עטלעכע כעוורע האָבן זיך געלאָזט מיט נאָדלען אויסשטעכן די נעמען פון יענעי אין וועמען זי האָבן זיך געשפּיגלט, עפעס אן אלטער אָפּגעלאָזטער באָכער האָט דאָס געטאָן, און גערעדט האָט יענער גאסן-יונג װועגן מיַדלעך זײַער מועס, האָט ער, ליאָנִיע, אויך זיך אײַנגעקויפט בא אים אין יוכעס. געבראכט אים א פּאָר געקאָכטע פשעניטשקעס, און אף דער האנט האָט, װי א שטעמפּל, זיך באוויזן: .ל. ביליטש". ער האָט דערנאָך געהאט געברענטע ליידן, ניט נאָר װײַל די צעשטאָכענע ערטער האָבן געברענט, נאָר װײַל ליובע (זי איז ביבלאל געווען מיט פאָרטעלס: א גוטער נאָמען -- ליובע, נאָר גערופן האָט זי זיך איבער עפּעס---לינע) האָט אופגעהויבן א געװיין. ליובעס מאמע איז אפילע געקומען מיט א ספראווע צו דער באָבע שיפרע. די באַבע האָט, עמעס, געשוויגן, זי פלעגט ביכלאל גראָד מיטן שװײַגן, אונטערשטרשכנדיק עס. שטראַפן אים פאר אײיניקע זײַנע אוולעס, נאָר אף דער האנט איז די טאטוורונג דאָ, זי איז געװאָרן בלאסער, אָבער גרעסער, װײַל די האנט איז אויסגעוואקסן... און ליובע---דארף דאָך אזוי פּאסירן -- איז אָנגעקומען אינעם זעלבן טעכניקום, װאָס ער, און קעסיידער געבלאָזן זיך אף אים, פארבשגעגאנגען אים, וי א פרעמדע,,
אָט װאָס טאניע האָט דערװועקט בא ליאָניען, ווען ער האָט זי דערזען און אוועק נאָך איר, ניט אָניאָגנדיק זי און ניט אָפּשטײענדיק. ער האָט נאַךְ א טראכט געטאָן וועגן לאריסען. וועגן איר האָט ער געמעגט טראכטן, כאָטש זי איז װײַט. לאריסקע פון דארניצע, בא וועלכער ער האָט איבערגעלאָזט דאָס פארװוּנדעטע יינגעלע, מאמעש עטלעכע מינוט פאר דעם, װוי ער האָט זיך געפאקט אין געפענקעניש. דערנאַך, אומגעקערט זיך קיין דארניצע, נאַך א הינקע-
27
וטוב און ערשט דעמלט גוט זיך צוגעקוקט צו לאריסקען, איר מאמען און צו איר שטיפטאטן. דאָס יאטל האָט ער שוין ניט געטראָפן, מע האָט א דאָקטער, װאָס האָט עס געהיילט און ס'האָט געהאלטן דערבײ, אז עס װי אן אייגן קינד. יענץ יאטל איז געװאָרן א מין קניפּל, װאָס האַט פארבונדן ליאַניען, לאריסקען און אירע עלטערן. ס'הייסט די עלטערן -- דאַ. איז שוין דאָס קנײַלעכל פארפּלאָנטערט. כאָטש ---ניין, קיין שום פּלאָנטער, אלץ איז קלאָר, אפילע צופיל קלאָר. די מאמע און לאריסקע זײַנען פאר די פאשיסטן דאָס, װאָס ער, ליאָניע, אָבער דער שטיפטאטע, א מאשיניסט, איז זארובעס א פרײַנט, און ניט נאָר זארובעס... האקלאל, עפּעס האָט זיך אָפּגעטאָן אָן זײַן, ליאָניעס, וויסן, -- לאריסע איז אװעקגעפאָרן מיט די על- טערן פון דארניצע. א פּאָר מאָל זײַנען דורך יערעמיי פאָמיטשן אָנגעקומען גרוסן פונעם מיידל, מינדלעכע און צעטעלעך -- מע מעג דאָך איבערגעבן סטאם אזוי א צעטעלע מיט א באקאנטן, נאָר יעדער גרוֹס און יעדעס צעטעלע האָט װי שטארקער אָנגעמאָלט פאר ליאָניעס אויגן לאריסעס פּאַנעם, קימאט אזוינס, װי בא יענער ליובע ביליטש, נאָר אָן אן ערעך א צארטערס, פול מיט הארציקטט און פארשטאנד. ערשט אין א מינוט ארום, װי דאָס אלץ האָט ניט נאָר דורכגעטראָגן זיך --אײַנגעלעגערט זיך אין מויעך, האָט ליאָניע באנומען, װאָס עס האָט אים איבעראשט און פריידיק אופגע- טרייסלט, בייס ער האָט דערזען טאניען: .עפשער גייט זי אויך אהין, װוּ איך, און עפשער װעט זי מיך ערגעץ מיטנעמען --צו זשאַרזשן אָדער צוֹ עמעצן אנדערשוּ.* ער האָט פונדעסטוועגן דערלאָזט דעם געדאנק, --אלעמאָל האָט ער געזוכט דאָס גיב" טערע, ---אז ס'איז פּראַסט א צופעליקע באגעגעניש, טאניע גייט זיך אירן א גאנג, און האָט באשלאָסן: ,אוֹיב זי װעט מײַדן דאָס דרײַשטאָקיקע הז מיטן צעבראָכענעם טויער, װוּהין איך װעל דארפן ארײַן, װעל איך זי אַניאָגן און פרעגן אף דודאקאַװן, צי אפילע ניט אף דודאקאָוון -- אפן טאטן, עפשער האָט ער זיך אָפּגעזוכט. זי דארף דאָך מיך..*
5 : : ט : : 583
,דערקענען", -- האָט ליאָניע דערטראכט, ווען ער האָט שוין נאָענט הינטער זיך דערהערט דעם שווערן רויש פון א לאסטמאשין, דײַטשישע אויסגעשרייען, א מין הו-ליו-ליו, און אומ- געקוקט זיך. אָט די לאסטמאשין מיט סאָלדאטן, װאָס זײַנען געשטאנען אין קוזאָוו, האלטנדיק זיך איינער פארן אנדערן, פאר די אקֶסֶל, פאר די רימענס, ס'הייסט, מע פּאָרט ערגעץ ניט װמט, האָט ליאָניע געוען אָנקומען פון דער גאס, װאָס האָט געפירט פון דער שטאָטישער פראכטיסטאנציע און איבערגעקרייצט די קוזנעטשנע באם סקווער. ער האָט זיך געפרייט, װאָס ער האָט שוין געמיטן די קרייצונג, און ביז די מאשין װעט צוקומען, װעט ער שױן זײַן נאָך װײַטער פונעם ראָג. ערשט, זי האָט פארקערעוועט אהער, װוּ ער און טאניע זײַנען געגאנגען, און דאָס הוליוליוקען האָט געמיינט טאניען.
-- מעדכען, שאָנע מעדכען, או-היי, אוילי? -- האָט זיך דערטראָגן פון דער מאשין! איינער פון די סאַלדאטן האָט א שפיל געטאָן עטלעכע טאקטן אף א מױלהארמאָניק.
מיטאמאָל האָט די מאשין, װאָס האָט עטװאָס איבערגעיאָגט טאניען, זיך אָפּגעשטעלט. פון דער קאבינע איז ארויס א יונגער פעלדפעבעל. א גלײַך געטאָן די פלייצעס, האָט ער, מײַסע כוואט, א רוק געגעבן דאָס היטל מיטן פאריסענעם דענעק אזוי, אז עס זאָל אויסקומען אי מער א ביסל אף א זײַט אי שטרענג פארשטעלן די אייבערשטע װיעס, געלאָזט זיך גיין צוֹ טאניען. ער האָט זיך אָבער געכאפט, שטיין געבליבן נאָך א װײַלע אפן ברוק, א טײַט געגעבן אף צוויי סאָלדאטן אין קוזאָו, קורץ אויסגעשרוען זייערע נעמען און מיטן זעלבן פינגער אָנגעװיזן אף די טראָטוארן פון ביידע זײַטן גאס-- לינקס פון דער מאשין זײַנען געגאנגען דרײַ מאנצבלען, דאָס האָט ער זיי געמיינט, און רעכטס האָט ער, ניט אנדערש, װי געמיינט ליאָניען.
פארשווינדן איז ניט געווען װוּהין, ס'איז אויסגעקומען שטיין און ווארטן, װײַל די צוויי סאָלדאטן זײַנען שוֹין אראָפּגעשפּרונגען פון קוזאָוו. ליאָניע, כאָטש דאָס הארץ האָט שטארק געקלאפט און אין די אױגן איז װי טונקעלער געװאָרן, האָט נאָך באוויזן באמערקן: דער פעלדפעבעל באגריסט אף אן אונטערגעשטראַכן-עלעגאנטן, מיליטערישן אויפן טאניען, און זי ענטפערט מיט א שמייכל, נאָר אויך מיט א לײַכט-פּראָטעסטירנדיקער, שאָקירטער בא- וועגונג פון דער האנט, --זי אײַלט, און כוץ דעם ווייסט זי די װערט פון אזא פּאראד. מער האָט ליאָניע אין יענער זײַט ניט געקוקט--א סאָלדאט איז געלאָפן צו אים, האלטנדיק מיט ביידע הענט דעם אװטאָמאט אפן אָפּגעצױגענעם רימען, און געשרוען:
-- קאָם היר, קאָטו
28
{ " די פיר פארהאלטענע האָט אָפּגעפירט הינטערן ראָג פון דער גאס. װאָס איז נע- ענטער געווען צו דער פראכטיסטאנציע, געהייסן זיך שטעלן בא דער פארשלאַ-
סענער טיר פון עפּעס א מאגאזינדל איינער פון די דײַטשן. דער צווייטער, װאָס האָט גענו- מען ליאַניען; איז געבליבן בא דער קרייצונג און אין א פּאַר מינוט ארום צוגעקומען נאָך מיט איין פארהאלטענעם--א פּויער, װאָס האָט געטראָגן א שיטער קרענצל ציבעלעס אפן האלדז, אָט דער דאָזיקער איז ווידער אוועק צום קרייצוועג, נאָר, זעט אויס, מע האָט שוין אף ביידע גאסן באמערקט, אז מע כאפּט דאָ. און קײינער איז מער ניט אָנגעקומען. א מאך געטאַן מיט דער האנט צוֹ דעם, װאָס איז געבליבן באם מאגאזינדל, איז דער דײַטש אוועק- געלאָפן אין יענער ריכטונג, װוּ די מאשין איז געבליבן שטיין, און באלד האָט זיך דערהערט דער רויש פונעם מאָטאַר.--די מאשין איז אוועקגעפאָרן.
ביז דאָס אלץ האָט זיך געטאַן, ביז מע האָט נאָך. לוט װי ס'האָט זיך באקומען, געווארט אף עפעס צי אף עמעצן, האָבן די פארהאלטענע, פארלוירענע אוֹן געדריקטע, געשוויגן. דער פּויער, א קרענקלעך-פארשווארצטער, מיט ווייניטיאיז אן ארומגעכאפּטער באָרד, האָט דער ערשטער, אף אוקראוניש, זשעסטיקולירנדיק פארצווייפלט און ראטשענדיק די אויגן, גע- פּרוּװוט געבן צו פארשטיין דעם דײַטש, א סאַלדאט מיט א ראָזיגעפלעקט, װײַסברעמיק פאָ- נעם, אז ער, א געקומענער פון א דאָרף, פון הינטער דער שטאַט, און מיט א צײַגעניש, װאָס דער סטאראַסטע האָט ארויסגעגעבן, קאַן דאָ ביכלאל ניט געמיינט װערן, --ער גײט אין שפּיטאָל, צו א זון, װאָס הײלט זיך דאָרט, און אָטאַ טראָגט ער דאָס קרענצל פאר די דאַקי טוירים, װײל מיט װאָס, אױב מע דארף, װעט ער זײ קאָנען באצאָלן, צופרידנשטעלף.
דער פּויער האָט גערעדט, אייגנטלעך, צו די פארהאלטענע, די שטאָטישע, װאָס האָבן אים אזוי װי מיטגעפילט, נאָר געקוקט אף אים פון דער זײט, װײל אָט קלערט ער, אז צו זי האָט עפעס יאָ א שטכעס דאָס, װאָס מע האָט זיי פארהאלטן. דער סאָלדאט האָט פּאָשעט אוועקי געדרייט זיך פונעם פּויער -- ער ווייסט ניט, װאָס יענער רעדט און דארף ניט ויסן. דאָס צעקנייטשטע פאפירל, א געשריבנס ניט אף דײַטש, האָט ער אין די הענט ניט גענומען.
די איבעריקע דרײ, מיט וועלכע ליאָניע איז פארהאלטן געװאַרן, זײַנען, װי עס פּאסירט אין אזעלכע פאלן, געווען פארשיידענע מענטשן, און, יעדנפאלס דערװײַל, האָבן זיי װײניק געפאסט איינער צום אנדערן. איינער אין ברעזענטענע ספעצקליידער, א מענטש פון אריבער די דרײַסיק, מיט ניט װאָס א פּראָסט---א פארגרעבט, אפילע בייז-אָפּגעזונדערט רוט פּאָנעם, ניט קיין הויכער, נאַר אן אָנגעגאַסענער מיט גװורע, האָט געהאלטן אין האנט א רייפל שטאָל- דראַט, אף וועלכן ס'זײַנען פארבליבן הענגען שטיקלעך אומריינע וואטע, אויסגעווייקטע פאסיק- לעך שטאָף. קלאָר: א דװאָרניק צי א קאנאליזאציע-ארבעטער. נאַך איינער ---אָן סאָפעק א אינ- טעליגענט: א געלבלעך-אויסגעבלייכט שפּיציק פּאַנעם, פענסנע, אן אָנגערוקטער קאפעליוש, אן אופגעשטעלטער קאָלנער פון אן אויסגעבליאקעוועטן הארבסטיקן מאנטל. מער פון אלע- מען איז ליאָניען אונטערגעגאנגען דאָס יונגל פון א יאָר זעכצן, ניט מער, װאָס האָט געהאלטן א פּאָר צעלעכערטע װאַליקעס אונטער דער פאכווע,
-- דער מאמעס װאָליקעס, -- האָט דאָס יונגל שטיל געזאָגט שוין א פּאָר מאָל צו דע װאָס האָבן אים געקאָנט פארשטיין! ווענדן זיך צום דײַטש האָט ער נאָך ניט געוואגט, -- איך האָב זיי געטראָגן צום שוסטער. די מאמע װעט דאָרט מעשוגע װערן, טאָמער װאָס.,
אוועקגעדרייט זיך פונעם פויער, האַט דער דײַטש געמאכט צװײי שפאן אף צוריק. א פיר געטאָן מיטן אָנגעשטעלטן אװטאָמאט איבער אלע פינף און באפוילן;
-- פאַרויסו
קיינער האָט זיך ניט גערירט פון אָרט, כאָטט דער דײַטש האָט מיט דער רער און מיט א הייב פונעם קאָפּ אָנגעװיזן, װווּהין ער װיל, מע זאָל גיין -- צו דער סטאנציע, א פארשטעלטע מיט הויכע, טונקעלע, לײַכטיצוגעשניטע טאַפּאַלן. דער, אין פענסנע, האָט רווק ארויסנע- שלעפּט די האנט, וועלכע ער האָט די גאנצע צײַט געהאלטן פארוקט הינטערן לאץ פונעם מאנטל, און באוויזן דעם דײַטש א גרין קארטאַנדל, אף וועלכן עס האָבן זיך געזען צווײי שטעמפּלען; דאָס איז געווען אן -ארבעטסקארטע", און איינער פון די שטעמפלען האָט בא" שײַט: ,זיכערגעשטעלט"-- פארבראַנירט, אזא קארטע האָט פארהיט דעם, װאָס באזיצט זי פון אָפּגעשיקט װערן אף צוואנגס-ארבעט קיין דײַטשלאנד. דער סאַלדאט האָט א שמיוכל געטאָן, גאַרנישט ניט געזאָגט, ---ניט געזאָגט, װײַל---ליאַניע האָט געזען ---ער ווארט: דעה, מיטן רייפל דראָט, האָט אויך געזוכט עפעס הינטערן פארשמאַלצעװועטן רעקל. ווען פונקט אזא קארטאַנדל, א ביסל אן אויסגעשמירטס. א צעבויגנס האָט באוויזן זיך באם קאנאליזאטאָר צי דעם הויף-אופזעער אין די הענט. איז דער דײַטש צוגעגאנגען צו אים און מיטן פוס
29
ארויסגעהאקט דאָס רייפל דראָט פון דער צווייטער האַנט. באלד האָט ער אויך ארויסגעזעצט מיטן פויסט די װאָליקעס באם יינגל פון אַרעם און אויסגעשרזען, דאָס מאָל הוֹיך און בייז:
-- קאָמוּ ניכטס, ניכטס, שװײַנען, קאַמוּ ארבטטוּ
גייענדיק שוין דער פאָרלעצטער אינעם קייטעלע, װאָס האָט זיך געשאפן אפן טראָ- טואר, --דער לעצטער איז געווען דער פּױער, דער פאָדערשטער -- דאָס יינגל, -- האָט ליאָניע געטראכט: אאַרװעסלײַטוּ פארן אופרײס? צו װײַט פון דער בריק, און געפירט װאָלט מען ניט אף דער סטאנציע. אן אַבלאװע? װאָלט מען די דאַזיקע מיט די צװײי מאָל געשטעמפּלטע קארטלען ניט פארנומען. גוט, װאָס איך האָב זיך מיט מײַן .אאוסווטז" ניט גערוקט, גוט, װאָס איך האָב דאָס באטראכט. גוט.. בא גוט האלט עס דערװײַל ניט, דערװײַל דארף מען ווערן -- ביליטש, ליאָניע ביליטש. ער שרײַט--,ארבײַט"--עפשער טאקע, עפשער ניט אף לאנגו"
מע איז צוגעקומען צום האלבאַפּענעם טויער פון דער סטאנציע,---הויכע שטאכעטן, ארומגעקלאפּטע פון אויסן און פון אינװײיניק מיט שטעכדראָט. דאָרט, װוּ סאיז געלאָזט געװאָרן א דורכגאנג צװישן ביידע אָפּגעטוליעטע זײטלעך פוגעם טױער, איז געשטאנען אף וואך א באיאָרטער סאָלדאט אין א פּילאָטקע מיט אראָפּגעלאָזטע לאצן אף די אױערן און אין א לאנגן שינעל, װי א בונדע. דער יונגער, דער װײַסברעמיקער, װאָס האָט געבראכט די פארהאלטענע, האָט מיטאמאָל א נעם געטאָן דעם קראנץ ציבעלעס באם פויער פון איבערן קאָפּ, און, ווען אלע זענען דורכגעגאנגען אין טױער, אָנגעטאָן דעם קראנץ דעם וואכמאן אפן האלדז. ביידע דײַטשן האָבן הויך און גערן געלאכט פון אָט דעם אײַנפאל.
7 צוליב װאָס מע האָט געבראכט צו פירן אף דער פראכט"סטאנציע, יעדנפאלס, װאָס די דײַטשן האָבן דערוושל געװאָלט פון די פארהאלטענע, איז קלאָר געװאָרן, װי נאָר מע האָט געמיטן דעם הויף פאר די לאנגע שטיינערנע פאקהאוזן, ארומגערינגלטע מיט הויכע ראמפּעס, און ארויס צום געדיכטן איבערפלעכט פון רעלסןיוועגן, פארפּראָפּטע מיט ניט קיין צעגלידערטע צוגן אָדער מיט גרופּעס וואגאָנעס, פּלאטפאָרמעס. עס האָט דאָ גע- הערשט א גוואלדיקער גערודער: לאָקאָמאַטיוון האָבן, פײַפנדיק, געקיקלט ערגעץ ציסטערנעס, אוסגעליידיקטע וואגאָנעס מיט צעעפנטע טירן, נאָר פיל וואגאָנעס און פלאטפאָרמעס האָט מען געהאלטן אין פאנאנדערלאָדן, דערבײַ האָבן אומעטום עס געטאָן צופיל מענטשן, מע האָט געײַלט, געהאוועט, צונויפגעקומען זיך אין קופּקעס, װי מורעשקעס. לאסטיארבעטער, טרעגער, װאָס מע קאָן זיי אונטערשיידן לוט דער ספּעצאָװקע, לוט די האװײיעס, איז געווען װײיניק, פארקערט, עס האָבן זיך געװאָרפן אין אויג מענטשן, אזוי צו זאָגן, פון גאס-- אוואדע צונויפגעטריבענע, געכאפּטע, אזוי װוי די פינף, װאָס זײַנען ערשט געבראכט געװאָרן, אפילע אײַזנבאנער, און אפילע -- דאָס איז שוין גאָר צו באווּנדערן -- דײַטשישע סאָלדאטן האָבן אױסגעלאָדן גלײַך אף מאשינעס, װאָס זײַנען געשטעלט געװאָרן סאמע בא די ואגאָ- נעס, אָדער מע האָט פון ערגעץ װײַטער געבראכט אף טראָגבעטלעך און אף די הענט לענגעכיקע הילצערנע "שטײַגן מיט אוולאבאָמבעס, גרוייגעפארבטע קאסטנס. באדעקטע מיט װאָרענונגיטראפארעטן: ,פּײַערגעפערלעך"---סנאריאדן, מינעס. דעריקער האָט מען אף די מאשינעס ארויסגעכאפט דעם דאָזיקן פראכט. זעק, װאָס עס זאָל אין זי ניט זײַן, -- שפּײַז, אמוניציע, צעמענט, האָט מען פּאַשעט ווייעסיאיז צונויפגעלייגט אין סטאָסן אָדער סטאם אָנ- געוואלגערט אף דער ערד, דער װײַסברעמיקער סאָלדאט, װאָס האָט קאָנװאָורט די פינף נײַע, האָט מיט א הייב פון דער האנט צו דער פּילאָטקע, מיט א קלאפ פון די זאדניקעס ראפּאָרטירט א צווייטן דײַטש, אן אונטערפעלדפעבעל, און איז אוועק. דער אונטערפעלדפעבעל האָט די קאעסדיק"אָנגעגאָסענע אויגן אפילע ניט אויסגעקערעװעט צו די, װעמען מע האָט געבראכט, ער האָט געהאט צו טאָן מיט א פּאָגאָן, בא וועלכן ס'האָט זיך אָפּגעריסן דאָס קנעפּל, געפּרוּווט פארפעסטיקן אים מיטן רעשט פון די ארויסגעצויגענע פעדעם. באלד האָט דער דײַטש הייזעריק א בורטשע געטאָן: ועק!" און מיט אן אונטערגעהויבענעם עלנבויגן באוויזן, װוּהין מע דארף אוועק-- צו א נאָענטער שורע פּלאטפאָרמעס, פון וועלכע מע האָט אױסגעלאָדן פעסלעך מיט ברענ- שטאָף. נאָך דעם, װי די פעסלעך האָבן געמיטן עטלעכע רעלסן, זײַנען זיי איבער טראפן ארופגעקײַקלט געװאָרן אין די קוזאָווס פון לאסטמאשינעס. אלץ האָט זיך געטאָן אין שרעק- לעכער אײַלעניש, סאָלדאטן, װאָס זײַנען פאנאנדערגעשטעלט געווען סײַ לעבן די פּלאטפאָר- מעס, סײַ אין וועג, װוּ מע האָט געקײַקלט די פעסער, סײַ בא די מאשינעס, האָבן געהאלטן אין איין אונטעריאָגן, שרײַען, זי האָבן געשלאָגן מיט די פיס, מיט די קאָלבעס. און דאָך,
= 30
טאקע װײַל אזא יאָגעניש, א געפּילדער, האָבן די דײַטשן ניט אלעמאָל באמערקט, ווען ד, װאָס האָבן דאָ געארבעט, זײַנען זיך צונויפגעקומען צו צווײי, צו דרײַ און איבערגעװאָרפן זיך מיט עטלעכע װוערטער,
איינער, א הינקעדיקער, א געזעצטער, מיט אן אָנגערוקטן אלטן יאָלעם אף די אױגן, האָט זיך אוױיסגעגלײַכט מיט יענעם, אין פּענסנע, װאָס איז געבראכט געװאָרן צוזאמען מיט ליאָניען, און ---א אינטעליגענטער מענטש, מע זעט דאָך, עפשער װוייסט ער עפעס --געזאָגט סטאם אזוי, אן אייגענע סװאָרע ארױיסגעזאָגט, נאָר מיט פארטײַעטער האָפענונג:
-- פרוער, װוי צו וועטשערע, װועט מען אונדז שוין אין דער היים ניט זען.
דער, אין פּענסנע, האָט ניט געענטפערט, האַנערדיק-פארביטערט צונויפגעפּרעסט די ליפן און געריבן איינע אין דער אנדערער די דלאָניעס, ערשטיאָ פארשמירטע מיט בענזין און בלאָטע. האָט דער הינקעדיקער פארהאלטן זיך א טראָט אוֹן געזאָגט צו דעם, אין דער ברעזענ- טענער ספּעצאָװקע, געזאָגט שוין אנדערש, צוגעװוּנקען מיט אן אויג, וי גאָר צו אן אייגענעם, א זײַן גלײַכן;
-- אז מע פארהאטעט א ריטשקעלע, טוט זיך עס אָפּ א ביסל, האז און דאָ, אז מע האָט פארהאטעט אזא גרויס וואסער... דער טײַך איז, װי אף א שלאָסוּ
אויך דער, אין די ברעזענטענע קליידער, האָט גאָרנישט ניט געענטפערט, זײַן בארוי- געזדיקיאָפגעפרעמדט פאָנעם איז בלויז רוֹיטער געװאָרן, האָט שוין דער הינקעדיקער פּאָטעט שולדיק-אָפּהענטיק, און בעפיירעש פרײַנטלעך א שמײכל געטאָן צו לאָניען, װי איינער זאָגט: ,ווייסט ניט, װאָס זי בלאָזן זיךז"
ליאָניען האָט אזש א ברי געטאָן דער געדאנק: ,טאקע, פארשפארט דעם דניעפערו די בריק איז דאָך צעשעדיקט.. אָט װאָס דאַ קומט פאָר!" איצט האָט ער פארשטאנען אלץ: דורך קועוו -- מאָסקאָווסקי גייען טראנזיט-צוגן, דאָרט קאָן מען ניט לאָזן שטיין אלע עשע- לאָנען, װאָס שפארן אף מיזרעך, מע מוז זיי דערװײַל צעשטופּן אף די שכיינעסדיקע סטאנ- ציעס. און די דאָזיקע איז ניט נאָר די נאָענטסטע ---אהער קומט אָן דער גאנצער פראבט, װאָס איז באשטימט פאר קועוו.
נאָך איינער האָט געלאָזט פאלן אזוינס, װען מע האָט געווארט לעבן דער פלאטפאָרמע, ביז מע װעט פון אויבן דערלאנגען א פאס:
--אָיהאָ, און אויב א קלאפּ פון דער לופטז.. אזוינס דערוויסט מען זיך דאָרט גיךו
װידער האָט א הייסע כוואליע פארפלייצט ליאַניען. געקומען איז עס אי פון פרייד, אי פון פארדראַס: .אוויאציע קאַן זיך באװײַזן, און מיר ראטעווען.. כאָטש װער צעשפּרונגען!"
צוויי מאָל האָט ליאָניע געקײַקלט פעסער מיטן פּויער, און דאָס דריטע מאַל--- ער האָט ניט באוויזן ארומקוקן זיך, װי דאָס האָט זיך באקומען -- אװעקגעקײַקלט א פאס מיט דעם, װאָס אין דער ברעזענטענער ספּעצאַװקע. ליאָניע איז געווען ניט צופרידן, כאָטש דער דאָי זיקער האַט געהאט ניט צו פארגלײַכן מער קויעך, איידער דער פויער. עפעס האָט געדאכט, און דאָס איז געווען דער איקער, אז דער קאנאליזאטאָר, צי דער הויף-אופזעער, װער ער איז ניט, קוקט פון מאָל צו מאָל אף אים, אפן נאפארניק, בייז, און עפשער ניט נאַר ביין = שטאר, װי ער זאָל זיך גרייטן אַטיאָט פארגעבן גאָר א הארבע פראגע, מע האָט זיך געקאַנט אַנשטױסן -- וועלכע. דערפאר, װען דער אונטערפעלדפ/בעל, װאָס דער פּאַנאַן איז בא אים אראָפגעהאנגען טאקע ניט קיין פארפעסטיקטער, האָט מיטן פוס אומדערווארט אָפּגעשטעלט די פאס, װאָס ביידע האָבן געקײַקלט, און געהייסן זײ גיין מיט אן אנדער דײַטש, גאַר א יונגן, א קליינווקסיקן, מיט א קלײַענדיק פּאַנעם, וועלכער האָט עפעס שטארק קיין צײַט ניט געהאט, איז אין ליאַניען אלץ פארקילט געװאָרן אינװײיניק: עפשער האָט דער דאָזיקער, מיסטאמע טאקע א דװאָרניק, נאָך פרער געזאָגט, װער איך ביןז"
נאָר באלד--א זאך, װאָס האַט צעמישט ליאָניען, און ניט װײיניקער צעמישט אויך דעם, וועמעס אָנגעשטױסנקײַט ס'האָט אים געשראַקן: דאָס ניט דערוואקסענע דײַטשל, װאָס ס'האָט זיך געלאָזט קלערן. אז עס פילט אויס אן עקסטרע באפעל, אז עס באדיגט ביכלאל עמעצן (די אוניפאָרם, בעסער אן אופגענייטע, איידער בא א געוויינלעכן סאַלדאט, האָט אויך אָנגע- װיון דערוף, אז דאָס מוז לעכאַלהאפּאַכעס זײַן אן אַרדינארעץ), האָט צוגעפירט די צוויי; װעלכע ער האָט באקומען אין זײַן רעשוס צו א ראמפע, בא וועלכער ס'איו אָנגעשאָטן געווען א בערגל שטיינברוך (מע נוצט אזא בייסן רעמאַנטירן דעם אײַזנבאן-װעג), און האָט מיט זשעסטן געהייסן אַנפילן מיט די שטיינדלעך צוויי אלטע װערייקעס, לאָזעיקױשן, װאָס זײַנען דאָ צוגעגרייט געווען. מער אפילע-- ער האָט זיך אויך אָנגעבױיגן און גענומען ווארפן די שטיינדלעך אין איין װוערייקע, אין דער צווייטער, אי באוויזן אזוי ארום, װאָס מע דארף
81
טאָן, אי אונטערגעיאָגט. עפּעס האָט ער, אן אומרויקער, געקוקט אלעמאָל צו דער עקסטער ראמפּע, װוּ א פארצוימונג פון שטעכדראָט, מיט א טויער פון דעם זעלבן דראָט, האָט זיך אוועקגעצויגן צום הויכן הילצערנעם פּלױט פון דער סטאנציע.
8 די װוערייקעס זײַנען גיך פול געװאָרן און מע האָט זי אװועקגעשלעפּט טאקע צום טויער פון שטעכדראָט. באם טויער איז געשטאנען א וואך. דאָ, װוּהין ס'אין
ארויסגעקומען דער עקסטער פּאקהאוז, איז געװען אן אָפּגעזונדערטער אנפאַריהױף. די ראמפע האָט פארשטעלט א שורע פראכט-וואגאַנעס, טעפּלושקעס, אלע מיט פארמאכטע טירן, און פון די אייבערשטע קליינע פענצטערלעך, ליוקן, צו צװיי אין יעדן וואגאָן, פארגראטעטע צי באװאָרנטע פון אויסן מיט שטעכדראָט, האָבן ארויסגעקוקט מענטשן, װאָס ס'איז גענוג געווען איין בליק אף צו זען: קריגסגעפאנגענע. געשוירענע קעפּ, אויסגעדארטע פּענעמער, בענקענדיק-פארגליווערטע אויגן. נו, און --א צעשפּיליעטער קאָלנער, א צעריסענער עלנ- בויגן, א שפּיציקער אקסל---צומיינסטנס כאקי אָדער שינעל-שטאָף.. ליאַניע האָט דאָס בא- מערקט נאָך צוקומענדיק צום טױער. רעכט ארומגעקוקט האָט ער זיך, װען ער האָט געלאָזט שטיין די װערייקע פון יענער זײַט טויער און זיך געמעגט אױסגלײַכן. אָט דעמלט האָט אים א ציטער דורכגענומען: אינמיטן הויף, סאמע אפן דורכפאַר, א דרײַסיק שפאן פון די טעפּלוש- קעס און אן ערעך אזוי די װײַט אויך פון אן אלטן פּאסאזשיר-וואגאָן, װאָס איז גלײַך אף דער ערד צוגעקייקלט געווען צום פּלױט, א קאָנטאָרל צי א וואכשטובע, איז געזעסן -- דאָס האָט זיך אפילע ניט באלד געװאָרפן אין אויג אפן פאָן פון די פארבלאָטיקטע ברוק-שטיינער און קאליזשׂקעס--א מענטש מיט געבונדענע הענט אף הינטן, געזעסן אויסגעקערעועט מיט דער פּלײצע צוֹ די טעפּלושקעס, דעם קאַפּ אראָפּגעלאָזט, און.. עפּעס צו שווארץ איז געווען זײַן פּראָפּיל, איבערהויפּט דער פאָדערשטער טייל פונעם געשוירענעם קאָפּ, דער שטערן און די נאָז, -- ליאָניע האָט מער זיך אָנגעשטױסן, איידער דערזען, ---בלוט.
דער צווייטער, װאָס איז געווען מיט ליאָניען, האָט זײַן ווערייקע אוועקגעשטעלט מיט עטלעכע רעגעס פר;ער. זײַן פּאַנעם, א הארבס, א פולס, האָבן באדעקט װײַסע פלעקן. ניט נאָר פון מידקײַט האָט ער שטיל געשמאָרעט מיט דער גראָבלעכער נאָז און געװישט דעם שווייס פון קארק. אף ליאָניען האָט ער, כמורענדיק די ברעמען, א קוק געטאָן אזוי, װי ער זאָל זיך שטום אָפּשײדן פון אים. ס'הייסט: .איך בין דאָ א צופעליקער, אויב װאָס, איז סײַדן ---דו..*
דער יונגינקער דײַטש, מיט א שמייכל אפן קלײַענדיקן פּאָנעם, װי ער זאָל זיך קלײַבן זאָגן עמעצן: .הא, מע קאָן זיך אף מיר פארלאָזן?"---איז אװעקגעלאָפּן צום פאסאזשיר-וואגאָן. א צעיאָצט-פארהאוועטער האָט ער צוגעפאטשט מיט דער האנט אינעם פּלאטשיקן שפּיז-- דעם איינציקן געוער זײַנעם, װאָס איז, אין א שווארץ שיידל, געהאנגען אפן רימען בא דער זײט. ער איז נאָך רעכט אפילע ניט ארײַן אין וואגאָן, דער קלײַענדיקער, װי ס'האָט פון דאָרט זיך א שאָט געטאָן אוואדע א צענדליק דײַטשן, דערין צוויי אָן סאָפּעק אזעלכע, װאָס רופן ארויס א באזונדערן גרויל ---אין שווארצער אוניפאָרם. איינער פון די דאָזיקע, אין שווארצן, װאָס מע זוייסט, אז זיי זײַנען ניט'נאָר עסעסאָווצעס, זיי זיינען פון דער שׁוֹין ניט גאָר געהיימניספולער אײַנזאצקאָמאנדע", איז געווען אן אָפיצער, און ארום אים, ניט גאָר קיין אָנזיכטיקן, און, װי ליאָניע האָט פונװײַטן באמערקט, מיט א צעקרימט, מאָדנע פארשטיינערט פּאָנעם, האָבן זיך געהאלטן אלע, אף אים האָט מען געקוקט, פון אים עפּעס געווארט. דער אנדערער אין שווארצן איז געווען הוֹיך, דין, קליינקעפיק, און טאקע ער האָט מער פון אלעמען געקוקט אף יענעם, װאָס מיטן מעשונעיפארגליווערטן פּאַנעם. די איבעריקע זײַנען געווען געוויינלעכע ארמייושע פעלדפעבעלס, צי נידעריקערס.
עפּעס האָט דער אָפיצער באפוילן. דער יונגיטשקער דײַטש און נאָך איינער זײַנען אוועק צו א טעפּלושקע, װאָס איז געװען דִי פינפטע פון טויער. זיי האָבן אָפּגעדרײט דעם דראָט פון דער סקאַבע און אָפּגערוקט די שווערע טיר. ווען ס'האָבן פון דער טעפּלושקע גענומען אראָפּי שפּרינגען די קריגסגעפאנגענע, האָט דער יונגיטשקער דײַטש אװעקגעײלט צום טױיער, װוּ ליאָגיע און דעה צווייטער זײַנען געשטאנען בא די װוערייקעס, באוויזן מיט זשעסטן, מע זאָל שלעפּן װײַטער. באלד איז ער שוין געווען לעבן דעם, װאָס איז מיט געבונדענע הענט געזעסן אפן נאסן ברוק, געטיטשעט מיט איין װײזיפינגער רעכטס, מיטן צווייטן -- לינקס, אָט דאָ דארפן די װערייקעס געשטעלט װערן, און ווען דאָס איז אָפּגעטאָן געװאָרן, אלץ אף שטומ- לאָשן געהייסן אומקערן זיך אהין, װוּ מע האָט ביז דעם געווארט. דעם וואכמאן באם טויער האָט ער געמאכט צייכנס מיט דער האנט, װאָס האָבן באטײַט: ,לאָז דערװײַל ניט ארויס!
די קריגסגעפאנגענע האָט מען אין צװײי רייען דורכגעפירט פארבלי די װערייקעס און
2--4 32
יעדערער האָט געדארפט נעמען עטלעכע שטיינדלעך---אף דעם האָבן אכטונג געגעבן דער קלײַענדיקער און דער צווייטער, װאָס האָט מיט אים געעפנט די טעפלושקע. אלעמען, װאָס האָבן שוין געהאט שטיינדלעך, האָט מען געהייסן אויסשטעלן זיך אין א ברייטן האלב-קרײַז לעבן עשעלאַן, אזוי אז אויסקומען זאָל מען אן ערעך אף אן אלציינער דיסטאנץ פונעם געבוג- דענעם. בייס אָט דער צוגרייטונג זײַנען די דײַטשן, װאָס האָבן געווארט לעבן פּאסאזשור- וואגאָן, אלץ מער צונויפגעקומען זיך אין א קופקעלע פאר דער טיר, װאָס איז געבליבן אָפן, ס'איז שוין, אייגנטלעך, געווען קלאָר, װאָס דאַ וועט פאָרקומען -- די קריגסגעפאנגענע האָבן אָנגעשטרענגט, כמורנע געווארט.
און אָט האָבן צוויי קריגסגעפאנגענע--מע האָט געהייסן--געהאָלפן דעם געבונדענעם אופשטיין. אויסגעקערעוועט אים מיטן פּאָנעם צום צענטער פונעם פארגליווערטן האלב-קרײַז, זײַנען זי אוועק אף זייערע ערטער. א שטארק צעשלאָגענער, ערשט איצט האָט מען עס גוט געזען, האָט דער מענטש קוים געהאלטן זיך אף די פיס. בלוט איז בא אים גערונען פון קאָפּ, פון א צוגעמאכטן אויג, פון מויל. ער האָט שווער געאָטעמט, אלץ באמיט זיך אױסשפּײען-- מע האָט אים אוואדע אױסגעשלאָגן די ציין, צי עפעס צעשעדיקט אינװײיניק. בלוטיקע שני- רעלעך זײַנען אראָפּגערונען אפן האלדז, אף דער ברוסט, אפן בויך -- ער איז אָנגעטאָן געווען אין א פופײַקע אפן הוילן לײַב, און דאָס לײַב, דאַרט, װוּ קיין פּאַטיאַקעס זײַנען ניט געווען, האָט אויסגעזען זייער װײַס און צארט.
דער לאנגער דײַטש אין שווארצן האָט זיך אופגעהויבן אף די טרעפּלעך פון וואגאַן און עפּעס גענומען אױסשרײַען. ער האָט געמאכט פאוזעס, און איינער פון די, װאָס אין ארמיין- שער אוניפאָרם, האָט אף א שלעכטן רוסיש איבערגעזעצט:
- אָט דער דאָזיקער, מע װײיסט דאָך, איז געלאָפן. מע ווייסט דאָך, אלע אנטלאָפּענע כאפט מען. די, װאָס זײַנען מיט אים אהער געפאָרן אין אװוטאָבוס. זײַנען אויך שולדיק. אלע זײַנען זי פון דעם דאָזיקן וואגאָן. ס'מאכט ניט, אוב אנדערע אויך. אלע װעלן זי אים אליין דערמאָרדן -- מיטן שטייגברוך, װאָס זיי האָבן. זאָל דער גאנצער טראנספאַרט זען און וויס ער האָט געלייגט א פלעק אף אלעמען, דערמאַרדן אים אלע. גיך װעט מען ברענגען דעם צווייטן, וועט זײַן דאָס זעלבע. צוגרייטן זיך... שלײַדער!
דער האלב-קרײַז קריגסגעפאנגענע האָט זיך א באוועג געטאַן, װי איבער די קעפּ זאָל זיך דורכטראָגן א ווינט, און איין בליץ האָבן געשאפן די בליקן, װאָס אלע האָבן אין דער רעגע געװאָרפֿן אף רעכטס און אף לינקס. די צונויפגעדריקטע פויסטן האָט קיינער ניט אופגעהויבן, קיין איין שטיינדל איז ניט אוועקגעפלויגן.
די דײַטשן באם וואגאַן האַבן עפעס גענומען שטיל דראַלדען, אזוי דראָלדען גענדז. פאר- טריבענע אין א ווינקל. העכער האָט עפעס אויסגעשר:ען, געזידלט זיך, געזידלט די זײַניקע, בלויז יענער אין שווארצן, מיטן צעשראמטן פּאָנעם. דער געבונדענער האָט א ביסעלע אויס" געגלײַכט די פּלייצעס, כאַטש ס'איז קענטיק געווען, אז דאָס פארשאפט אים ווייטעק.
-- א דאנק, כעוורע, -- האָט ער אױסגעכריפּעט ניט הויך, -- כאוויירים.. בעסער װאָלט מען גיכער געענדיקט, נאָר -- א דאנק... זאָלן זי זיך ניט אָנטישען. די שלענגו
דער לאנגער, דער קליינקעפּיקער, האָט האסטיק זיך אראָפּגעלאָזט פון די טרעפּלעך. בא- האלטן אין קאָבורע, אפן פּלאטשיקן בויך, דעם פּאראבעלום, װאָס ער האָט געהאט ארויסגע- כאפט, האָט ער גענומען בא עמעצן פון די דײַטשן אן אװטאָמאט, אָנגעשטעלט אים אף די קריגסגעפאנגענע, פרזער סטאם דורכגעפירט מיט דער רער א האלב"קרײַז אינדערלופטן, װי ער זאָל אָנמערקן, װוּהין ער װועט שיסן, און וען ער האָט די רער אומגעקערט אף צוריק--= ארױיסגעלאָזט א קורצע ריי. די קוילן האָבן דורכגעפײַפט איבער אנטבלויזטע קעפּ, פּילאָטקעס, ווינטער-היטלען, נאָר די שערענגע איז געבליבן שטיין א פארגליווערטע, װי פריער. ערגעץ אף יענער-זײַט צוג, פונעם פלאכן דאך פון פאקהאוז, צי װײַטער -- פון די טאָפּאָלס באם ארשַנגאנג אין סטאנציע האָבן מיט א קראקערײ זיך א ריס געטאָן אין הימל ראָבן,
דערי װאָס האָט איבערגעזעצט, האָט וידער אויסגעשרזען;
-- דער באפעל איז דער לעצטער--מע װעט שיסן אין אליך! שלטַדערוּ
ווידער א בליץ פון צענדליקער אויגן, און -- קיין איין שטיין אינדערלופטן.
דאָס מאָל האָט מען באם פאסאזשיר-וואגאָן זיך באראטן לענגער, און דער פארורטוילטער האָט לענגער גערעדט -- די דײַטשן האָבן אין אים װי פארגעסן.
-- אז איר װעט קענען, כעוורע, -- לויפט, כאָטש א שאָ געװען אף דער פרײ, כאָטש א שאָ. און ליכאָבאבענקאָן האָבן זי ניט געכאפט, דאָס בארימען זיי זיך. ער װאָלט דאָ שוין אויך געווען.. א קינד האָט אָנגעװיזן אף מיר, א קינד. מע האָט עס מיט דער מאמע אָנגעיאָגט אף דער גאס, מע אִיז מיר שוין נאַכגעלאָפן, און איך האָב זיך באהאלטן אין א פוסטער הינטי"
38
שער בודקע בא א טױיער. די מאמע זאָגט: .נע באטשילא", און דאָס יאטל: ,באטשיוו".. א קינד---מע האָט דעם באוויזן געװער, צי עס האָט געמיינט-- מע יאָגט מיר נאָך, דארף מען..
ס'איז אים שװער געווען צו ריידן, ער האָט א ביסעלע אָפּגערוט, נאָר געװוּסט: דאָס זײַנען די לעצטע מינוטן, אפילע די לעצטע רעגעס, און װוידער געזאָגט -- דערפרייט זיך, װאָס ער האָט זיך עס דערמאָנט:
-- לעבן יעוובאז האָב איך געזען -- מענטשן לייענען א פּאפירל, װאָס איז צוגעקלעפּט צו א פּארקן, און דער דװאָרניק טרײַבט... איך האָב צוגעווארט אף אן אלטן, ער איז אָנגעקומען פון דאָרט: מע האָט די דײַטשן ארומגערינגלט בא סטאלינגראד, אלעמען. אונדזער סװאָדקע. און דאָ האָט מען הײַנטיקע נאכט אופגעריסן א בריק..
ער האָט דערהערט טריט פון הינטן און געזאָגט אײַליק, מיט א כריפּ:
-- איך בין ניט קיין טאָטער. אנדערש ניט געקענט... א ייַד, אווראָס כאוט. פון פּאָלאָנע. א שוועסטער האָט מיר געשריבן פון סאראטאָוו. פארגעדענקט...
צוגעקומען איז דער, װאָס האָט איבערגעזעצט. ער האָט אויסגערופן ניט הויך, אונטער- שטרײַכנדיק דערמיט די ערנסטקײַט פונעם געזאָגטן
-- מער װי דרײַ מאָל ציילט מען ניט, איר װײסט... װער עס װיל לעבן -- איינס, צוויי, דרײַ -- שלײַדער!
קיינער האָט זיך פון אָרט ניט גערירט. עס האָט בלויז געהערט זיך אין ברייטן האלבקרניז: א סאך ברוסטן אָטעמען קימאט אײינצײַטיק ארײַן די לופט און אָטעמען זי לאנגזאם ארויס. אין אָט די רעגעס -- פון פאסאזשיר-וואגאָן האָט װידער געמאַכט עטלעכע שפּאן דער לאנגער, אין שווארצן, מיטן אווטאָמאט אין דער האנט, און אים איז נאָכגעגאנגען נאָך איינער, אויך מיט אן אװטאָמאט, -- אין אָט דעם מאָמענט האָט אין דער שערענגע, אין יענעם עק, װאָס איז געווען נעענטער צו ליאָניען, עמעצער, א סוטולעוואטער, מיט א קורצער פויגל-נאָז און מיט אן ארויסשפּארנדיקער אונטערשטער קין, האסטיק אויסגעבויגן דעם גוף אף צוריק, ברייט פארמאָסטן דעם פויסט און געװאָרפן א פּלאטשיק שטיינדל, װאָס האָט עטלעכע מאָל זיך איבערגעדרייט אין דער לופט, ביז ס'האָט געטראָפן כאיטן אין אקסל. כאוט האָט, װי ניט גלייבנדיק, און ניט געײַלט אראָפּי געלאָזט דעם קאָפּ, קעדיי זען מיטן איינעם גאנצן אויג דאָס שטיינדל, װאָס איז ליגן גע- בליבן אין בלאָטע, בא זײַנע פיס, נאַר אף יענעם, װאָס האָט געװאָרפן, האָט ער ניט געקוקט! אף יענעם, װאָס האָט געװאָרפן, האָבן געקוקט סײַ די קריגסגעפאנגענע, סײַ די דײַטשן, כוץ אים, דעם געטראָפענעם. און דער סוטולעוואטער, -- ליאָניע האָט געשטוינט,, געפיבערט, גע- פלאמט פאר קאס און בושע, בושע אויך, ער האָט אים געקענט, דעם דאָזיקן!---דער סוטולע- וואטער האָט זיך א טאָפּטשע געטאָן אף דינע קרומלעכע פיס און געזאָגט:
-- ניין, וי איר װוילט, און איך וויל לעבן ---איך בין ניט געלאָפ
מיט די ווערטער איז ער ארויס צוויי טריט פון דער שערענגע.
דער דײַטש מיטן קראמפיק-אָנגעשטרענגטן פּאָנעם האָט, אראָפּרײַסנדיק זיך אף א גאָרגל- דיקן פאלצעט, עפּעס אויסגעשריען צו די דײַטשן -- יענע, װאָס זײַנען געשטאנען לעבן דער טיר, און יענע, װאָס האָבן מיט די אוטאָמאטן זיך ארויסגערוקט פּאָרויס, נאָר מיטן פינגער האָט ער א רוֹף געטאָן בלויז איינעם, דעם קלײַענדיקן, און מיט דראָטיק-פעסטע טריט, ניט קיין אײַליקע, ---אזא גאנג באװײַזט, אז מע האָט מאכט און אז עפּעס איז אָנגענומען א בא- שלוס, --אװעקגעלאָזט זיך גראָד צום װײַטערן עק פון דער שערענגע קריגסגעפאנגענע, ניט דעם, װוּ דער סוטולעוואטער האָט געווארט. צוגעקומען צו דער שערענגע, האָט דער דײַטש מיט קענצייכנס (װער ס'האָט געװוּסט, האָט געװוּסט) פון א הויפּטשטורמפיורערי, ניט קיין אַנזיכטיקער, אזוי זיך, א מענטשל, קוואר, אויסגעמאַגערט, עפשער פון נידעריקע נעטיעס און זיטן, און מיט א בייז, פארגליווערט פּאַנעם, װאָס עס האקט עס דוֹרך א געשלענגלטע פארסט- ריגע פון דער ברעם, איבער דער געבראָכןפלאטשיקער נאָז, ביידע ליפּן און דער קרומער קין, --אָט דאָס פּאָנעם ווארפט אָן א מוירע, -- גענומען גיין פארבײַ די קריגסגעפאנגענע און יעדן איינעם, מיט קאלטע, שווארצע, אָפּשאצנדיקע אויגן,.--אָפּשאצנדיקע, צוליב װאָס!-- פארקוקט אין די אויגן. אזוי איז ער צוגעקומען ביז יענעם, דעם סוטולעוואטן און מיט א ביטל-באוועגונג פון דער האנט באפוילן װידער שטעלן זיך אין דער שערענגע. מער גאָר- נישט. איצט איז ער אװעק צום צעבלוטיקטן, מיט די געבונדענע הענט אף הינטן, נאַר ניט קיין קוק געטאָן אף אים, ס'הײַסט, א קוק געטאָן בלויז אף יענעמס פיס, דארע, הוילע, דאָרט, װוּ די קורצלעכע סאָלדאטישע גאליפע זײַנען פארשמעלט און װוּ מע טראָגט געוויינלעך אָב"
+ אן עסעס-קאפּיטאן.
44
מאָטקעס, אף די שווערע שיך, אײַנגעטאַפּטשעטע אין בלאָטע. אָפּגעשטעלט זיך לעבן דעם לאנגן דײַטש מיטן קליינעם קעפּל און ארויסגעבראכט איין װאָרט:
-- מילבן..
.מילבן", -- געמיינט האָט ער ניט נאָר די, װאָס זײַנען געשטאנען אין דער שערענגע, און ניט נאָר די, מיט וועמען עס זײַנען אָנגעשטאָפּט געווען די טעפּלושקעס, -- מע האָט פון דאָרט ווידער ארויסגעקוקט, בייס דער שיסערײַ איז מען פארשווונדן, -- מילבן ---האָט ער געמיינט אויך די, װאָס זײַנען געשטאנען הינטער אִים! דײַטשן ---אָבער דאָס זײַנען אויך מילבן, און אוואדע איז א מילב דער קלײנקעפּיקער, דראַנגעוואטער אוגענטאל, פּעטער... ער, ווילהעלם מאָלטקע, װאָס האָט פאר דרײַ טעג געהאט אוועקגעלייגט אין באביייאר זיבעציק טויזנט, שרײַענדיקע, שילטנדיקע, צאפּלענדיקע, ---ער, דעריקער -- ערז די, װאָס העלפן דערין, זײַנען ניט קיין סאך מער ווערט, איידער זייערע שיסנדיקע אװטאַמאטן (און דאָס איז דען געווען דער אַנהײב זײַנער, דער באביייארז אָנגעהױבן האָט ער, אָדאָ, פון יענער-זײַט פּירענײיען, נאָר דער באביייאר איז שׁוֹין טאקע געווען עפעס גאָר באדײטנדיקס, און װײַטער, אוב ס'האָט זיך אפילע געמאכט קלענערס, איז עס אין אלגעמיין ---גרויס), ער, אז ער זאָגט -- מילבן, קען ער עס זאָגן און האָט דערבײַ א געפיל, װאָס עס װײסט פון אים אוואדע א קיניג, א גאָט, אוב געטער זײַנען ערגעץ דאָ אין הימל צי אף דער ערד.. געטער -- איינער קאָן ניט זײַן, און איבער געטער איז קיין גאָט ניטאָ, יעדערער איז פאר זיך אליין -- גאָט. זאָס איז זײַן. מאַלטקעס, איבערצײַגונג, און ער האָט זיך דערבײַ זײַנעם א מייף ער טוט דאָס זעלבע, װאָס דער פיורער, צי נאָך אזעלכע ענלעכע, און שטרעבט צום זעלבן, און גרעסער צי קלענער איז דאַ ניט שײַעך, פאר דעם איז קיין מאָס ניטאָ -- ס'איז הערשאפט, ס'איז -- װי איך ויל, און די עמעסע האנאָע איז -- פארניכטן, טאקע װײַל דאָס. װאָס װערט פארניכטעט, איז, יעדנ- פאלס, בא זיך, בא דעם, װאָס קומט אום, טײַערער פון אלץ... מילבן! אָט װאָלט עֹר ארויס- געבראכט אן אנדער װאָרט, מאָלטקע: שיסף --און די דאָזיקע שערענגע װאָלט ליגן געבליבן אף דער ערד, און די טעפּלושקעס װאָלטן צעלעכערט געװאָרן, אז קיין איין לעבעדיקער זאָל דאַרט ניט בלײַבן. און ווער-עס-איז פון די, װאַס שטייען הינטן. צי אפילע פעטער, װאָס שטייט באנאנד, װאָלטן, ווען עֹר, מאַלטקע, געפינט דאָס פאר צוועקמעסיק, צי פּאָשעט, וען עס פארווילט זיך אים גוט, ניט װאָס סטאם געפאלן טוט ---מיט אזעלכע טוט מען עס אנדערש, מע שיקט זי נאָך דער קויל אפן פראָנט, װײַל-- זי האָבן פארזען א קלײניקײַט, אז די טיר אין איינעם פון די אװטאָבוסן, אין וועלכע מע האָט באנאכט געפירט די קריגסגעפאנגענע אהער, צו דער סטאנציע, עפנט זיך אליין פון זיך, בייס דער אװטאָבוס שפרינגט אונטער, און די וואכלײַט האָבן געדרעמלט, האָבן צווייען פון די קאַנװאָזרטע באשטימט זיך א לופטער טאַן.. נאָר--געטער, זאָל עס הייסן אזוי. אָט די, אין דער שערענגע און אין די פייוואגאָנען געהערן אן אנדער גאָט, און דאָס, װאָס מע דארף זיך מיט דעם רעכענען, רירט ניט אָן זײַן, מאַלטקעס, אייגנליבע. א טיגער ווערט ניט װײיניקער פון דעם, װאָס ער איז, כאָטש ער האלט זיך אלעמאָל אין זײַן וואלד, זײַנע װועלדער, װוֹ ער פארצוקט. די דאָזיקע געהערן פריץ זאוּקעלן -- דעם רײַכסבאפולמעכטיקטן פאר מאַביליזירן ארבעטס"קראפט, זאוּקעל האָט אף זי זײַנע אויסזיכטן. א ביסל איז יעס טאקע ניט לוט זאוקעלס אמט -- קריגסגעפאנגענע, ער האָט צו טאָן מיט מאָביליזירטע, פרײַװיליק צי מיט צוואנג, נאָר אז ניט דאָס, ניט יענץ דערגרייכט ניט די נייטיקע מאסשטאבן, און ערגעץ מוז מען פארשטעקן א לאַך. איז קלאַר, אן סאיז א צונויפגערעדטע זאך אוֹן מע דארף דאָס פארשטיין. אלציינס. בא זאוקעלן, ערגעץ אין א שאכטע, צי אף א זאװאָד אונטער דער ערד, װעלן זי אויסטריקענען, די דאָזיקע, וי פליגן אין א פארמאכטער קיילע... פליגן אין א פארמאכטער קיילע -- װויל.. און ביכלאל איז ער הײַנט גאָר א גוטער, ווילי מאָלטקע, א גוטער פאר דעם דאָזיקן דראַנג, פּעטער אוגענטאל-= איינעם פון די, װאָס דינען אין זײַן, מאָלטקעס, איינזאצקאָמאנדע נאָך אָנהײבנדיק פון פּוילן ס'הייסט, געווען איז ער נאָך דעמלט, מאָלטקע, געהילף פון קאָמאנדיר און אן אונטערשטורמ" פיורער, פעטער האַט דאָס אלץ געזען, און אליין איז ער אוֹיך א ביסעלע געוואקסן -- פון א שטורמאן געװאָרן א ראָטענפיורער, האָט ער אים ארויסגעוויזן, מאָלטקע, אָט די ברייטהאר- ציקײַט, -- דערשלאָגן זיך בא גוטעפרײַנט, פאראן אזעלכע, מע זאָל דעם ראָטענפיורער פאר- טרויען אָט די זאך, אָפּפירן דעם עשעלאַן קריגסגעפאנגענע קֵיין דײַטשלאנד, און דאָס װועט דערלויבן פעטערן פארלענגערן אף צוויי װאַכן זײַן אַרדנטלעכן אורלויב. נאָך צװוײי װאָכן צוגאָבלעך צו א כוידעש, קאָן מען אפילע א שמײַס טאַן קיין רוים, פארװאָס יט, קיין פאי ריזש, זען א ביסל מוידן, איידעלע, װי מאלאָכים, און לײַדגשאפטלעכע. װי שיידים, אויסטריע- קען א ברונעם װײַן. נו, און אלס דאנק, װעט פּעטער פארהאנדלען דאָרט, אין יענע שטעט, זײַן, מאָלטקעס, קאַלאַראדאָ -- דאָס. װאָס ווערט דאָ ארויסבאקומען ניט אין דער ערד, נאָר
35
דאַס, װאָס מע באקומט בא די, װאָס דארפן אוועק אין דער ערד, -- קאַלאָראדאָ. פארוויקלט אין א קליין פּעקעלע -- דאָרט, אף מײַרעװ, איז דער קורס גאר אן אנדערער... און װאָס אָני באלאנגט די דאָזיקע, אין דער שערענגע, מיט די שטיינדלעך אין די הענט, איז עס פּעטער אוּגענטאלס אן אײַנפאל, געמיינט בא אים, בא מאָלטקען, אויסנעמען און אויסקויפן זיך פאר דעם, װאָס האָט פּאסירט. פּעטער איז דורכגעגאנגען א שול, עפּעס באָמבלט זיך שױן בא אים אין קאָפּ. נאָר אויב---א וואנט, איז זאָל בלײַבן א בײַל אף פּעטערס שטערן. ער, מאָלטקע, װעט פּראָסט ראטעווען די לאגע-.
אָט װאָס ס'האָט באטײַט דער זאָג .מילבן", א זאָג, פון אלע זײַטן אן אָפּגעװױגענער.
מאָלטקע האָט אויסגעקערעװעט דעם קאָפּ צום קלײַענדיקן, װאָס איז מיט אָנגעשטרענגט- אונטערגעהויבענע אקסל געשטאנען עטװאָס בא דער זײַט, א טראָט הינטער אים. מיט א הייב פון דער קרומער קין האָט מאָלטקע אָנגעװיזן אף דעם סאָלדאטס שפּיז אינעם שיידל און שטום א פיר געטאָן די אויגן אף דעם געכאפּטן קריגסגעפאנגענעמס פּלײצע. דאָס דראַט, מיט װעלכן כאיטס הענט זײַנען געבונדן געווען, האָט זיך אײַנגעשניטן אין זײַן לײַב, די צונויפגעקאָרטשעטע פינגער, װײַסע, אנטבלוטיקטע, האָבן זיך קוים באוועגט. דער קלײַעני דיקער האָט מיט פריילעכער גרײיטקײט ברייטער צעעפנט די אויגן, ארויסגעכאפט די שפּיז, א הייב זיך געטאָן אף די שפּיצפינגער, אי קעדיי אויסקומען העכער, אי קעדיי אונטערגאנ- ווענען זיך שטיל -- די שארף איז ארײַן אין דער עטװאָס געבויגענער פלייצע, אונטער דער לינקער לאָפּעטקע.
ווען דער קלײַענדיקער האָט זיך שוין געייסעקט באם האַרוג, װאָס איז געפאלן אף א זײַט, באמיט זיך דערלאנגען די שפּיז, האָט מאָלטקע געזאָגט צו אוגענטאלן:
-- וויפל זײַנען בא דיר געלאָפן, פּעטער? ווירקלעך, בלויז צוויי? דאַ האָסטו אנדערע צוויי באם טױער!
א פארצאפּלטער פוֹן דעם, װאָס עס האָט זיך נאַרװאָס אָפּגעטאָן, האָט ליאָניע ניט גלײַך באמערקט, אז א פינגער טײַט אף אים..
|א. א שפּרונג אין דער נאכט. װער װעט אויסגעשניצט זײַן אפן הילצערנעם ציילעם? צעשיידטע אין אָנהײב וועג
1 ליאָניע איז ארײַן אין דער טעפלושקע, װוי אין א צװייענדיקן קאפקאן. ערשטנס,
די טעפּלושקע אליין, און דער דאָזיקער גאנצער עשעלאָן-- ערגעץ דארף ער
אָפּגעשיקט װוערן, אנדערש װאָלט מען איצט, ווען מע רייניקט אָפּ די סטאנציע, ניט געהאלטן דאָ דעם צוג. און דאָס אויך--מע האָט ניט געשאַסן אין דער שערענגע, און אים, ליאָניען, און אָטאָ נאָך איינעם, ארײַנגעװאָרפן אהער אָנשטאָט די צוויי, װאָס פעלן. הייסט עס, א די דאָזיקע האָבן דאָ ניט צו שאפן איבער די קריגסגעפאנגענע, זי זאָרגן אפילע, אז די צאָל זאָל שטימען. א שטיקעלע טרייסט איז אין דעם געווען, אָבער פונעם געדאנק, אז עס שטייט פאָר א װועג, און עפשער א לאנגער, איז געװאָרן א לאָך אין הארצן. דאָ, אין קיַעװו, איז אויך געווען גענוג שװער, און אלעמאָל האָט געדריקט די אומבאװוּסטקײַט, נאָר דאָך--א היים: אָלגע, נאטאשע, און יערעמיי פאָמיטשעס שטוב, און יערעמיי פאָמיטש אליין, און שעשענקאָ, און רעדוטני, און דאָס גאנצע קייטעלע, אין װעלכן מע איז אָנגעשלאָסן, און ס'איז טאקע ניט סטאם גערעדט ---ס'איז געטאָן.. נאָר דאָס, װאָס האָט פאר ליאָניען פארוואנדלט די טעפּלושקע אין א צװייענדיקן קאפּקאן, האָט אײַנגעשלאָסן נאָך צוויי געפארן, װעלכע ער האָט דערװשל בלויז פארייניקט אין געדאנק. איינע האָט געקאָנט קומען פון יענעם, װאָס האָט געװאָרפן דעם שטיין, און האָט ניט נאָר אויסגעזען קענטלעך--מע האָט אים נישט געקענט ניט דערקענען, ---ס'איז ער. די צװייטע-- פון קארפּאַ בוזיוקן, ליאָניע האָט שוין געװוּסט, אז דעם, אין דער ברעזענטענער ספּעצאָװוקע, רופט מען אזוי, און אז ער איז טאקע א דװאָרניק; דער קאסדיק-עקבערנדיקער בליק פון בוזיוקס אַן סאָפּעק טרענירטע אויגן האָט, הייסט עס, ניט סטאם געשראָקן, און דאָ, בא דער טעפּלושׂקע, האָט ער שוין עפּעס געזאָגט אויך. דער קלײַענדיקער, ער האָט זיך שוין אָפּגעפּאָרעט באם דערשטאַכענעם, האָט גענומען טרײַבן זי ביידן צו דער טעפּלושקע, און דער צווייטער האָט ניט װאָס זיך אײַנגעשפּארט, ניט געװאָלט גיין, ער איז געגאנגען, נאָר פארצווייפלט געמאכט מיט די הענט, געביסן זיך
36
די פינגער, און מיט א דין, וויינענדיק, מאמעש װײַבעריש קאָל געשרזען: ,מיך טאָר מען ניט פארנעמען, פאן, מע נעמט מיך קיינמאָל ניט, איך בין א דװאָרניק, קארפאָ. בוזיוק.. אוי, פּאנאָטשקי, זאָל מען אָנקלינגען אין דער ראיאָנער אופּראװע!" און צו ליאָניען, מיט א ווילד- צעקרימט, רוט פּאָנעם, און מיט אויסגעראטשעטע אױגן: ,זאָג אים, זאָג אף דײַטש, דײַנע קענען דאָך דײַטש-- װאָס שװײַגסטו!" אָט: ,דײַנע קענען דאַך דײַטש.. דײַנע..* דאָס איז דער צווייטער קאפּקאן. אי יענער, װאָס האָט געװאָרפן דעם שטיין, און ליאָגיע װײסט, אף װאָס ער איז ביכלאל פייוק, אי קארפאָ בוזיוק--- פאר ביידן קאָן ער װערן א כייפעץ, מיט וועלכן מע װעט װעלן, אויב ניט אויסקויפן זיך אינגאנצן, איז כאָטש אויסנעמען בא די דײַטשן,
נאָר ליאָניע האָט געטראכט אויך אזויגס (ער איז געבליבן שטיין בא דער טיר, און קארפּאָ האָט פון אָנהײיב אויך זיך צוגעשפארט דאָרט מיט אן אקסלו מע איז ארײַן אין דער טעפּלושקע די לעצטע, אלע האָבן שוין פארנומען זייערע ערטער, צי אפסנײי פארכאפט פלאץ-- ווער אפן דיל, װוּ ס'איז גאנץ שיטער אָנגעשאָטן געווען שלעכטישמעקנדיקע שטרוי, װוער אף די דורכויסיקע נארעס פון ביידע זײַטן): מע האָט די שטיינער נישט געװאָרפן ניט פרזער, ווען כאוט איז פּראָסט געווען איינער, וי אלע, נאָר װאָס האָט געמאכט פלייטע, ניט שפּעטער ווען ער איז שוין געווען אזא, װאָס איז אין אלע אומשטענדן פארורטיילט. מע האָט די שטיי" נער ניט געװאָרפן, געבליבן מענטשן. דאָס האָט געשטארקט. װאָס זשע יאָ--ניט קארפאָ, ניט יענער, דער גוטיבאקאנטער, װעט זיך מיט קיינעם ניט אייצען.. דער גוט-באקאנטער" די באָבע פלעגט זאָגן: ,א געוועזענער פרײַנט -- איז דער געפערלעכסטער סוינע". און בענטשן פלעגט זי ,זאָלסט האָבן גוטע באגעגענישן". איז אָט -- באגעגענישן..
ליאָניע האָט געזוכט מיט די אױגן יעגעם. װאָס האָט געװאָרפן דעם שטיין. פון טיפער געפּלעפּטקײַט, איז אין קאָפּ אפילע ניט אופגעקומען דאָס גאנצע שלעכטס, װאָס יענער האָט אים געטאָן. עס האָט זיך געדרייט אין מויעך: .דאָ איז ער ערגעץ. װי זיצט עמעצער, װי ליגט עמעצער לעבן אים!" גערעדט האָט מען שטיל, און ליאָניע האָט אי ניט געהערט קלאָר, אי ער איז נאָך ניט אימשטאנד געווען הערן ---וועגן װאָס. מע האָט דעריקער אײַנגעהערט זיך, װאָס עס קומט פאָר אינדרויסן, אָנגעזאַנט דאַס איינער דעם צווייטן. דײַטשן האָבן זיך איבערגערופן, ווען נעענטער, ווען װײַטער פון דער טעפלושקע, אַט האָבן א קלונג געטאָן די בופערס---מע האָט צוגעטשעפעט א לאַקאָמאָטיוו. זײַן סאָּען האָט שוין גאָר פארטויבט די קלאנגען פון אויסן און די רייד אין וואגאָן.
אוועק צו אלע---אף איינער פון די נארעס, צי אפן דיל---האָט ליאָניע אלץ ניט גע- קאַנט. דאָ, בא דער טיר, ניט האָבנדיק געמאכט די עטלעכע טריט װײַטער, האָט ער נאָך פארט װי ניט צעשיידט זיך מיטן געפיל פון יענער בעערעכדיקער פרײהײַט, װאָס ער האָט פארלוירן. מיטאמאָל האָט ער באנומען, אז קארפאַ בוזיוק האָט פון אָנהײב אויך איבערגע- לעבט דאָס זעלבע, נאַר אָט האָט קארפאַ. דערלאנגט פון דער הויזן-קעשענע א קליין זעקעלע טוטין, שוועבעלעך, א טראכט געטאָן, ווידער באהאלטן דאָס אלץ, און דורכגעגאנגען זיך הין און צוריק לענגויס די נארעס. ער האָט א קוק געטאַן אף די נארעס, דערנאָך---אונטער זיי, געשפּאנט איבער פיס, װאָס דאָבן פון דאָרט געסטארטשעט אפן דיל, און איז פארשווונדן ערגעץ אונטן, אין א וינקל. ליאָניע האָט מיט א צעיאטרעט הארץ א טראכט געטאַן: .אָפּגע- שארט זיך פון מיר, צוערשט--אָט דאָס.." אינגיכן האָט דאָרט, אונטן, אופגעלויכטן א שוועבעלע, ליאָניע האָט דערזען דארע הענט. װאָס צוען זיך צום טוטין, פארוואקסענע טענע- מער, אָנגעשטרענגט-אופגעלעבטע. נאָך עטװאָס שפּעטער האָט שוין פון דער רױכיקער טונקלקײַט זיך דערטראָגן קארפּאָס קאָל מיטן כאראקטעריש-צוכליפּענדיקן קװיטשיקל;
-- דאָס װײַבוּ שטארק װיינען נאָך מײַן קאָפּ װעט זי ניט. מע דארף אליין װיסן. װאָס דער קאָפּ איז ווערט.
איינער, זייער א דארער, מיט אײַנגעפאלענע שלייפן, װי בא א דיסטראָפיקער, מיט טונ- קעלע. קרענקלעך-צוגעדעמפּטע אויגן, איז אראָפּ פון דער נארע, װאָס לינקס, שטיין געבליבן לעבן ליאָניען, שטיין געבליבן דערפאר, װײַל א צווייטער האָט געטאָן זײַן נויט בא דער קװועריאָפּגעשניטענער העלפט פון אן אײַזערן פעסל, מע האָט געמוזט צוווארטן, און האָט, נאָך א טרוקענעם הוסט, געזאָגט:
-- װאַלסט ארוף אף דער גארע, דו.. דאָרט איז דאָ פּלאץ.
עפשער האָט ער זיך געשעמט, דער דאָזיקער, פאר ליאַניען, װאָס קומט אויס אנטקעגן דעם פעסל, און עפשער האָט אים סטאם פארכידעשט זײַן שטיין בא דער טיר, נאָר ליאָניע האָט געפאָלגט. אף דער נארע איז טאקע געוען פּלאץ, װײַל עטלעכע זײַנען ניט געלעגן, מע איז געזעסן צונויפגעדריקט לעבן פענצטערל, דעם ליוק, ארויסגעקוקט אין הויף, סטאם געכאפּט לופט. אף ליאָניען, ווען ער האַט זיך צוגעזעצט באם ראנד פון דער נארע, האָט מען
37
צוערשט געקוקט שװײַגנדיק, בלויז װען ער האָט גענומען זוכן מיט די אויגן אן אָרט, קעדיי זיך צולייגן, האָט עמעצער געפרעגט:
-- ביסט פון צווייטן באצירק, צי װאָסּ
-- ניין, ביכלאל א נײַער.
-- אהא, -- דאָס האָט זיך שוין אָנגערופן אן אנדערער, אַן כידעש, וועלכן מע האָט געי קענט דערווארטן, ---א קעווער, הייסט עס1
ליאָניע האָט געענטפערט ניט באלד. ער האָט א טראכט געטאָן, אז מע דארף שוין אָנהײבן ענדערן די בזאָגראפיע, און כאָטש ער איז געווען מיד, אויסגעשעפט און ניט געקאָנט דורב- טראכטן אלץ גענוי, האָט ער לעכאָלהאפּאָכעס געזאָגט:
-- אליין בין איך פון װײַט, געבליבן דאָ שטעקן.
-- אהא, און די סװאָדקע--װועגן דער סװאָדקע האָסטו אויך געהערט!
-- ניין, ס'ניט אויסגעקומען, נאָר וועגן דער בריק, -- ליאָניע האָט דערפילט, אז א פלאם טוט װי א ברי זײַנע באקן, -- וועגן דער בריק ווייס איך -- אופגעריסן..
-- טוען דאָ, הייסט עס, עפּעס אונדזערע אין שטאָטו
איין רעגע האָט ליאָניע מוירע געהאט, אז ער קאָן זיך ארויסכאפּן מיט אן איבעריק װאָרט. עס האָט זיך זייער געװאָלט זאָגן: .איך אויך". און שוין קעדיי לינדערן די פּײַן פון מוזן שװײַגן, שװײַגן פאר אָט די מענטשן, װאָס האָבן פארדינט די טרייסט, די פרייד, האָט ער זיך פארקליבן װײַטער אף דער נארע, אויסגעדרייט זיך אף א זײַט, א רוק געטאָן די פויסט צוקאָפּנס און צוגעמאכּט די אויגן.
ליאָניע האָט געהערט---מע האָט פאָרגעזעצט א שמועס, װאָס האָט זיך דאָ פריער אָנ- געקניפּט:
-- איז אָט זאָג איך: אין אזא אויסזען -- לויפן?
-- װאָס זשע, ער האָט זיך געקאַנט צופּוצן? בעטן בא דיר דאָס העמד, בא מיר--די שטיוולז א רעגעו
-- אוֹן פארװאָס האָט דער אלטער, וועלכן ער האָט אָפּגעשטעלט, ניט אוועקגעפירט אים צו זיך! מיסטאמע דאָך א גוטער אלטער, אונדזערער.
-- זעסטו, דאָס קאָן מען שוין נאָר פרעגן. מאלע װאָס
ליאָניע האָט געווארט: עפשער װעט מען עפעס זאָגן װעגן דעם, װאָס האָט געװאָרפן דעם שטיין? אלץ מער װוערטער, פראזעס האָט ער דורכגעלאָזט פארבײַ דעם אײַנדרעמלענ- דיקן מויעך, נאָר צוגעהערט זיך און געהאלטן איינס אין קאָפּ: ,אזוינס זאָל דורכגיין סטאם אזויז װי קאָן עס זײַן?" מיט אָט דער פראגע איז ער אײַנגעשלאָפן,
ליאָניע האָט זיך אופגעכאפּט און פארשטאנען: .מע שלאָגט אים". אונטן, צװישן ביידע נארעס, האָבן זיך געהערט בייזע, צוגעשטיקטע שטימען, עמעצנס אן אויקען. עס האָבן געטו- פּעט פיס, ס'האָבּן זיך דערטראָגן אויך אנדערע קלאנגען --א ריגעווען פון קערפּערס, װאָס האָבן זיך צונויפגעשטויסן, אין ענגשאפט, קלעפ. ליאָניע האָט דאָס אלץ אופגענומען דורך א מעטאלן, רעגלמעסיק, צוגעטעמפּט געקנאל און טייקעף באנומען אויך: ,מע פאָרט". דאָס, װאָס מע פּאָרט, האָט אויסגעלאָשן אין אים די פרייד, ניט אינגאנצן קיין פרייך -- די באפרי- דיקונג, װאָס מע שלאָגט, און באלד האָט ער געפּױיעלט בא זיך: קיין שאָדנפרײיד אין דאַ ביכלאל ניט שײַעך. ער האָט אפילע ניט געװאָלט זיך אופהייבן, זען דאָס אלץ, כאָטש פיל פון די, װאָס זײַנען פריער געלעגן און געזעסן אף דער נארע, האָבן זיך צוגערוקט צו איר ראנד. אף דער אנטקעגנדיקער -- אויך דאָס זעלבע, מע האָט געקוקט אף אראָפּ. ליאָניע האָט געװאָרפן א בליק צום ליוק: נאכט? נאָר באלד זיך געכאפּט: וועלכע נאכט, אין וואגאָן איז האלב-טונקל, אָבער ניט פינצטער, די שײַן איז אלץ א באטאָגיקע! דורך דעם שטעכיקן דראָט, װאָס האָט פארצויגן דעם ליוק, האָט ער באמערקט פּאסן רעגן און שניי, און דאָס דראָט איז נאס געווען, טראָפּנדלעך האָבן געציטערט דעריקער דאָרט, װוּ די שטעכלקעס זײַנען אָנגעדרײט..
אונטן, אינעם דורכגאנג, איז שטיל געװאָרן און ס'האָט זיך דערהערט עמעצנס קאָל, א קאסדיקישטרענגס, נאַר א בוילעטס, װי בייס מע װייסט --יעדעס װאָרט שמײַסט:
-- טוליע אָפּ די מאָרדע, סטארשינא יאצקאָ! טו א קוק, עפשער װעסטו מיך דערקענען? האַסט נאָך באקומען ניט פאר אלץו.
,סטארשינא יאצקאָז" -- איצט האָט ליאָניע זיך א כאפּ געטאָן פון זײַן אָרט, דערקליבן זיך אף די קני צום ראנד פון דער נארע. עטלעכע זײַנען געשטאנען אופגערעגטע, צעקאסטע אינעם דורכגאנג צװישן די נארעס, און עמעצער איז געלעגן אפן דיל, באם האלבן פעסל, פון וועלכן דאָס דיקטענע דעקל האָט זיך אראָפּגערוקט. געלעגן איז דער דאָזיקער אף דער
38
פּלײצע, מיט די הענט פארשטעלט דאָס פּאַנעם און דעם קאָפּ. בלויז די עלנבויגנס האָבן געסטארטשעט ארוף. די פיס. אף וועלכע עס זײַנען געווען שטיוול מיט שמאָלע, צעריסענע כאָליעװעס, האָט ער אונטערגעצויגן, קעדיי באשיצן דעם בויך. און עפשער, קעדיי ענטפערן אף די קלעפּ, װאָס האָבן נאָך געקענט קומען קרומע, דינע צירקוליפיס--אָט דאָס איז געווען דאָס איינציקע, װאָס ליאַניע האָט דערװײַל געקאָנט דערקענען. נאָר---אסטארשונא יאצקאָ"? ---עפּעס ניט אזוי..
דעה, װאָס איז אמנאָענטסטן געשטאנען לעבן דעם אומגעוואלגערטן---מיט. צונויפגע- דריקטע פויסטן, ארויסגעשטעלט א פוס צוֹם שלאָגן---איז געווען זייער א דארער. אפילע דאָ, װוּ אלע זײַנען אויסגעמוטשעטע, שרעקלעכע, האָט ער זיך אויסגעטיילט. נאָר עפעס אין אין אים געווען א קויעך, צי דער קאס האָט אים צוגעגעבן קויעך. האסטיק, צאָרנדיק האָט ער א בליק געטאָן ארוף, און ליאָניע האָט אָפּגעמערקט נאָך עפעס-- א קאָסאָקער,
-- --ניט פאר אלץ. ספּארטאנאָווקע, בא דער װאָלגע, באם דײַטשישן מאיאָר אין בליג- דאזש -- געדענקסט!? ביסט געווען דער איבערזעצער, װען מע האָט מיך געקאטעוועט. נאָר דאָס איז אויך ניט אלץ. האָסט אויסגעגעבן.. אָט דעם עלטערן לייטענאנטס, -- דער קאַסאָקער, ער האָט אינגאנצן געציטערט פאר אופרעגונג, האַט א נייג געטאַן דעם גוף אין א זײַט, קעדיי יענער, װאָס איז געלעגן, זאָל זען דעם שלאנקן, אויך זייער אן אויסגעדארטן, ציגײַגעריש- טונקעלן באָכער אין ציווילע קליידער, וועלכער איז אן אָנגעכמורעטער געשטאנען היגטן -- דעם עלטערן לייטענאנטס װײַב, און זײַן קינד, א פיצל, װאָלט מען איבער דיר געשאָסן. און נאָך צוויי אלטע, און אן אלטיטשקע. איך װעל דיר אלץ דערמאַנען.. מײַן קויל האָט דיך דעמלט ניט דערטאפט, ביידע דײַטשן --יאָ, און דיך, הנידע, ניט.. אוֹן דאָ, אפן צוייטן באצירק האָסטו אָנגעטראָפן, ניט אפן ערשטן. איך װאָלט דיר לאנג דעם קרומען רוקן איבערגעבראָכן, דע- זינפעקטאָר פאסקודנער, הנידע! אנו, שטיי אוף! שטייענדיק באקוסו.
צווייען האָבן פון הינטער דעם קאַסאָקן און דעם ציגײַנערישיטונקעלן, װאָס האָבן זיך ניט גערירט פוֹן אָרט, געװאָרפן זיך אופהייבן דעם, װאָס איז געלעגן. ער האָט ארויסגעלאָזט א פארצווייפלט געשריי, קײן װערטער האַט מען ניט פאנאנדערגעקליבן, ס'איז געווען א װויענדיק געוויין, נאָר אופגעהויבן האָט מען אים, און װײַל שטיין האָט ער ניט געקענט, צי ניט געװאָלט, האַט מען אים געהאלטן אונטער די פאכוועס, אָפּגעריסן זײַנע הענט פונעם פּאַנעם און פארדרייט זי אף הינטן. איצט האָבן װידער זיך א שאָט געטאָן קלעפּ--- מיט פויסטן, מיט די פיס. געשלאָגן האָט דער קאָסאַקער, דער עלטערער לייטענאנט האָט צוגעקוקט דאָס, געווארט...
ליאַניע האָט געפיבערט, -- קיין מיטלײַד האַט זיך בא אים ניט דערוועקט ---פונוואנען-- נאָר עפּעס איז ער געווען אי אנטוישט, אי צעמישט: מע שלאָגט דעם סטארשינא יאצקאָ, און ס'איז דאָך ניט יאצקאָ, ס'איז אן אנדערער, דער, װאָס ער, ליאַניע, קען אימו
קארפּאַ בוזיוק האָט זיך אומגעדרייט צווישן די, װאָס זײַנען געשטאנען אונטן. ער האָט עפּעס גערעדט, געהאוועט. אָט האָט ער אזוי װי אונטערגעהעצט די, װאָס שלאָגן, און אָט, קנייטשנדיק מיט די אקסל, קריַמענדיק דאָס ברייטע פּאָנעם, עפּעס געטײינעט צו איינעם, צו א צווייטן. ליאָניע האָט געזען ---דער דװאָרגיק איז שוין דאָ א היימישער. מיטאמאָל האָט קארפאָ שטארקער אָנגערוקט די קעפּקע, א שפאן געטאָן פארבפי דעם עלטערן לייטענאנט, אָנגעכאפּט דעם קאָסאָקן פאר אן אקסל, אָפּגעשלעפּט אים עטװאָס אף צוריק, און, א קלעצלדיק-פעסטער, מיט צעשפּרייטע הענט געשטעלט זיך אפן קאָסאַקנס אָרט, מיט דער פלייצע צו דעם, וועמען מע האָט געשלאָגן.
-- האָדי, -- האָט קארפּאָ געזאָגט מיט װאָגיקער געלאסנקײַט אין קאָל, כאָטש דאָס קווי- טשִיקל זײַנס האָט זיך אויך דערהערט, -- גענוג, כעוורע! ניט גוט, אײַ, אײַ; אלע קעגן איינעםו
דער עלטערער לייטעגאנט, ---זײַן ציגײַנעריש-טונקל פּאָנעם, דין און שטרענג א גע- צייכנטס, און עפשער, װײַל עס איז אזוי אויסגעצערט געווען -- נאָך מער אן אָפּנס, א קלאָרס, פול מיט וילן און באדאכטקײיט. ---האָט זיך שטארקער אָנגעכמורעט, נאָר צו זען -- עפעס א גרענעץ האָט ער זיך שוין אָנגעמערקט,
-- און איינער קעגן אלע--איז גוט?--האָט ער הארב, ניט הויך געפרעגט,--- ניט געשמעקט, ניט געלעקט -- מיש זיך ניטוּ
קארפּאַ האָט אראָפּגעלאָזט אײַן האנט, די רעכטע, פארדריקט זי אין א פויסט. ער האָט שנעל ארומגעלעקט מיטן שפּיציקל פונעם צונג די גראָבע; צעעפנטע ליפּן, געװאָרפן מיט די אויגן, גרויע, אָנגעשפּיצט-וואכע אף רעכטס, אף לינקס: עטװאָס אויסגעקערעוועט דעם גוף, און מער ---דעם קאָפּ אף צוריק, האָט ער געזאָגט צו די, װאָס האָבן געהאלטן דעם געשלאָ- גענעם (יענער האָט שטארקער צעויקעט זיך, זוכנדיק מיטלײַד);
האָסְט דאָ
39
-- זעצט אים דערװײל אװעק, כעוורע, מיר װעלן א רעד טאָן, און זאָל ער א ביסל אָפּעטעמען.
מע האָט ניט געפאָלגט, נאָר קארפּאָ האָט דאָס אזוי װי ניט באמערקט. פאר די, װאָס האָבן אונטערגעהאלטן דעם געשלאָגענעם, האָט ער זיך געמעגט ניט שרעקן--מע שטייט טאקע הינטן, נאָר די הענט זײַנען פארנומען. ער האָט װידער געזאָגט, מיט נאָך מער דעראָבערטער זיכערקטט:
-- וועגן דעם, װי עס איז געווען בא דער װאָלגע-- װוייסן מיר ניט. לאָמיר עס ניט טשעפּען. פארפאלן. עפשער זײַנען מיר גאָר אלע פארפאלן. אזויז און קיינער, באקומט זיך, איז איבער אים ניט אומגעקומען. אזוי: און דאָס פארשטיי איך אויך---א מענטש קען דײַטש, מע הייסט אים איבערזעצן--מוז ער. אָט האָט מען דאָך אײַך אלעמען געהייסן גראָבן בורעד קעס, האָט איר געגראָבן און אפילע קיין רויען בורעק ניט געטאָרט אופעסן-- געװאָרן אלע, וי די שיידים.. אזויז דאָס יאָ, ער האָט געװאָרפן דעם שטיין. נאָר איך ווייס ניט-- װאָס איז געווען די קינאָ מיטן זשידאָקז ווארף יאָ, ווארף ניט--ער האָט נאָך גרינג אויסגעשפּיגן די נעשאָמע:..
מע האָט געשוויגן, שווער געאָטעמט-- אי די, װאָס זײַנען געשטאנען הינטן, אי די, װאָס האָבן פון ביידע זײַטן אראָפּגעקוקט פון די נארעס. איצט האָט מען געדארפט שלאָגן צווייען, דערבײי איז דער צווייטער געווען אָנגעגאָסן מיט גװוּרע. אָבער ניט נאָר אין דעם איז עס געגאנגען -- ער איז, אויב מע װיל, ניט שולדיק אין גאָרניט. ער שטעלט זיך אײַן פאֹר דעם דאָזיקן, איז ער עפשער סטאם א גוטער, אָט שמייכלט ער שוין פּראָסטלעך, פרידלעך, א ביסעלע כיטרע, נאָר ניט בייז.
ליאָניע איז קוים אײַנגעזעסן אף דער נארע, נאָר -- געזעסן. אראָפּשפּרינגען, זאָגן עפעסד וועגן דעם, וועמען מע שלאָגט, װאָלט ער דארפן א סאך דערציילן. נאָר פון סאמע אָנהײב דארף ער אים אָנרופן אנדערש -- דאָס קאָן פארפּלאַנטערן אלץ. גלײַכער צוּווארטן. און װאָס ס'איז שײַעך קארפּאָן --איז זעט מען דאָך אים שוין אליין. װאָס יאָ, אויב עס װעט האלטן בא א געשלעג, וועט ער א שפּרונג טאָן בוזיוקן גלײַך אף די אקסל. נאָר עס זײַנען געלאָפן די רעגעס, קארפּאַ האָט ניט צוגעלאָזט מיט דער לינקער, דער אויסגעשטרעקטער האנט דעם קאָטאָקן, װאָס האָט געפּרוּװוט צוטרעטן צו אים, ער האָט אויך דעם שווארצלעכן און נאָך א פּאָר, וועלכע האָבן זיך ניט דערנעענטערט, נאָר ניט אָפּגעטראָטן, אָנגעשטרענגט, שארף באקוקט-- שארף, אָבער שוין א פּאָר מאָל אויך צו זיי װי צוגעשמייכלט, און װידער גע- זאָגט -- צו זיי און צו אלעמען:
-- נאָך דער מילכאָמע װעט יעדערער באקומען זײַן פּאָוועסטקע, דער דאָזיקער-- אויך. אין געפענקעניש---איז װי אין בלאָטע:
די דאָזיקע ווערטער האָבן ווייטעקדיק געטראָפֿן אלעמען. מע האָט זיך צערוישט אף די נארעס און אונטן, נאָר געווענדט האָט מען זיך ניט אזוי צום קלעצלדיקן קארפּאַ, װי איינער צום אנדערן. מע האָט זיך גענומען אומקערן יעדערער אף זײַן אָרט.
דער, וועמען מע האָט געשלאָגן, איז געבליבן זיצן אפן דיל, לעבן דער פּאראשע, נאָר באלד, װי דער עלטערער לייטענאנט און דער קאָסאַקער האָבן זיך אויך אופגעהויבן אף דער נארע, טאקע דער, אף וועלכער ליאָניע איז געזעסן, האָט ער אף אלע פיר, פארבײַ בוזיוקס פיס, אוועקגעפויזעט אינעם נאָענטסטן װינקל, אונטער דער אנטקעגנדיקער נארע.
2 כאָטש ליאָניע איז אויסגעקומען גאָר נאַענט צום קאָסאָקן,.-- ער האָט געהערט,
אז מע רופט אים וואסילי, און צום עלטערן לייטענאנט-- דעם האָט מען אָפּטער
גערופן באם טיטל, נאָר אייניקע האָבן געזאָגט איגאָר, און וואסילי ---איגאָריאָק, -- כאָטט ס'האָט אזוי גוט זיך באקומען, אז ער האָט פּאָשעט געקאָנט זיך אופהייבן פון זײַן אָרט און צוזעצן זיך לעבן זײי, האַט ער א שטיקל צײַט נאָך אָפּגעהאלטן זיך דערפון. ער איז געלעגן בא דער זײַט, פון מאָל צו מאָל, מע זאָל דאָס ניט גאַר באמערקן, געקוקט אף די צװיי, פארטײַעט דעם אָטעם, קעדיי הערן, װאָס זי ריידן, װאָס מע זאָגט צו זי (די רעדער האָבן געקלאפּט, די שטימען בישכיינעס האָבן געשטערט), ער האָט באשלאָסן ביכלאל זיך האלטן נאָענט צו וואסילין און איגאָרן, נאָר איצט איז דער איקער געוען פאר אים פרעגן װעגן יענעם, װאָס איז אװועקגעקראָכן אונטער דער פּאַלקע-- פארװאָס הייסט ער בא זי יאצקאָד עפעס האָט געמוזט שטעקן אין דעם. געשטערט האָט ליאָניען צורוקן זיך צו וואסילין (אים האָט געדאכט, אז אָנהײבן איז גלײַכער פון וואסילין -- די אוניפאָרם איז טאקע צעפליקט, פארשמאָלצעװעט, נאָר מע זעט: א סאָלדאט, סאמע דאָס גרעסטע--א סערזשאנט, צו אזא
40
איז פּאָשעטער זיך וענדן, כוץ דעם--א היציקער, ער װעט גיכער זיך אָנכאפּן אין דיר, און--דאָס האָט ער געזאָגט: יאצקאָנ), -- געשטערט האָט ליאַניען סײַ דאָס, װאָס קריגסגע- פאנגענע האָבן די גאנצע צײַט זיך געהאלטן ארום איגאָרן און וואסילין, מע איז געקומען אױך פון דער אנטקעגנדיקער גארע און פוֹן אונטן, סש דאָס. װאָס קארפּאָ בוזיוק האָט געקלעפּט ארום זיי.
די קריגסגעפאנגענע, דאָס איז שוין קלאָר געװוען, האָבן ביז דעם, װי מע האָט זיי פאר- שפּארט אין דער טעפלושקע, געארבעט אף צוויי באצירקן פון א געוועזענעם סאָװירט. אין וואגאָן האָט מען אויך געהאלטן זיך אן ערעך לוט די קאָמאנדעס נאַך, דאַ האָט שוין עפשער מער געװירקט די כאווערשאפט אוֹן באקאנטשאפט, װאָס האָט זיך פריער אײַנגעשטעלט,-- קימאט אלע פון ערשטן באצירק האָבן פארנומען די נארעס, אגעוו, לאכלוטן הױילע, פון צווייטן באצירק -- דעם דיל, װוּ עס איז פאָרט געװען עפּעס אן אונטערשפּרײטעכץ. יעדע פרוערדיקע קאָמאנדע האַט זיך געהאט אויך, אוב ניט קיין אַנפירער, איז אזעלכע, װאָס זײַנען די װירקעודיקסטע, אַנגעזעענסטע אין קאַלעקטיו. אזעלכע זײַנען צװישן די, פון ערשטן באצירק, געווען איגאָר און וואסילי. און קארפּאָ--דער האָט זיך געדרייט צװוישן ביידע קאָמאנדעס, דערבלי האָט דאָס, װאָס ער האָט זיך ארײַנגעמישט, בייס מע האָט געשלאָגן יענעם, װאָס האָט דאָס פארדינט, ארײַנגעמישט זיך עפשער, ווען מע װאָלט דעם סוטולעוואטן דערקלאפּט, און גאָר צום הארצן װאָלט דאָס דאָ, אין דער פארשפּארטער טעפּלושקע ניט געווען, דאָס האָט אים אזוי װי אויסגעטיילט, קארפּאָן, עפּעס האָט ער דערמיט װי אוֹיסגע- נומען, יעדנפאלס, אזוי האָט ער זיך געהאלטן: גאָרניט האָט ער, קאַן עס הייסן, ניט אופגע- טאָן, און ער איז ביכלאל ניט אזא, װאָס געדענקט אזעלכעס, פּאַשעט, ס'האָט זיך באקומען, נאָר אנדערע זאָלן עס געדענקען -- שאדט ניט.. אָט אזוי אִיז דער דװאָרניק פרזער געשטא- נען אַנגעשפּארט די עלנבויגנס אינעם ראנד פון דער נארע, אף וועלכער איגאָר און וואסילי זײַנען געזעסן, צוגעשמייכלט צוֹ זי פּראָסטלעך, װײַטער--ארײַנגעװאָרפן א װאַרט, דער- נאָך -- מע הערט אזוי װי--- ארופגעקראָכן אף דער נארע, פארלייגט א פוס אונטער א פוס, דערציילט עפעס װיציקס, װאָס האָט ארויסגערופן אָנגעצױגענע שמייכלען אף די בלאסע פּענעמער. און נאָך װײַטער -- דאַ האָט שוין ליאָניע אָנגעשפּיצט זיך, אפילע א ביסעלע פאר- געסן אינעם פארדראָס, װאָס האַט אים שטיל געבראָטן --קארפאָ האָט באויזן א היפּשן קעשענע-מעסער, ער האָט דער איינציקער אין דער טעפּלושקע פארמאָגט אָט דאָס געצײַג, און ס'איז קלאָר געװען. אף װאָס דאָס קאָן טויגן, -- אױסשנײַדן א פּאַר ברעטער פון דיל אַדער פון א"ווענטל...
איצט האָט ליאַניע זיך צוגערוקט שוין גאָר נאָענט צוֹ דער גרופקע ארום איגאָרן און וואסילין. מע האָט גערעדט װעגן פּלײטע, און ניש סטאם אזוי--מע װעט עפעס טאָן צי בלײַבן בא די רייד, -- ערנסט, באייַשעווט ארומגערעדט די זאך. די דײַטשן װעלן ניט פאר- געסן דאָס. װאָס אָט די טעפלושקע האָט אַפּגעטאָן. קיין באלאנדע האָט מען אהער נישט געבראכט ניט ביז דעם, װי דער צוג איז אוועק פון קלעו, ניט אין וועג. מע האָט דורך די ליוקן געזען: צו אייניקע ואגאָנעס האָבן די דײַטשן געטראָגן עמערס מיט עפעס א געקעכץ, זאָל זײַן פון לושפּײַקעס, זאָל "זײַן פון װאָסיניטיאיז, געטראָגן נאָך אין קזעוו, און כאָטש צו איינע עמער וואסער און דרײַ לעבלעך ברויט אף א װאגאָ, װי קאָן שוין זײַן װײניקער, און פאר די וואגאָנעס, װאָס מע האָט אין קיעוו ניט באוויזן צו ברענגען די איינציקע מעסלעס- שפּײַז, האָט מען זי געבראכט אף דער סטאנציע, װוּ מע איז לענגער געשטאנען-- אין פּא- פעלניע. װעט, הייסט עס, אויסקומען הונגערן און כאלעשן דאָ נאָך א טרונק וואסער דערװוללל א מעסלעס. און אוב די דײַטשן װעט זיך פארוועלן פּײַניקן אויך װײַטער? איינער פון זי האָט אין פּאָפּעלניע געקלאפּט אין דער טיר פון ואגאַן און געלאכט: .רוס, רוס געדארפט מיטנעמען די שטיינדלעך -- איר װאַלט זי געסמאַקעט, װי קאָנפעטן!" און נאָך---דאָס איז דער איקער -- דער עשעלאָן גייט אף מײַרעו. פון קאזאטין האָט מען, עמעס, פארקערעוועט א ביסל דאָרעמדיקער, אף קאלינאָוקע, נאַר מע קען, נאָך זשמערינקע, אוועק צוריק אף צאָפן, אף לװאָװ, אוֹן ביכלאל, װאָס איז דער כילעק---אף מײַרעו, הייסט עס, גיכער פון אלץ-- אויסער דער גרענעץ. דאָס איז שוױן גאַר שלעכט. אוֹן נאָך א זאך--גראָד פון אָט דעם פארשפארטן קאסטן איז גרינגער מאכן פּלייטע, איידער פוֹן דאָרט, װוּ מע האָט ביז דעם זיך געפונען -- פון פעלה. װאָס איז פון אלע זײַטן באוואכט געווען מיט אווטאַמאטלער און הינט. צי פון די געמויערטע שאָפּעס. ארומגעצאמטע מיט שטעכדראָט, באלויכטענע מיט פּראָ- זשעקטאָרס, וווּהין מע פלעגט פארשפארן אף נאכט,-- דער צוג טראָגט זיך, און אוב ארויס פונדאנען, װערט די שטרעקע צוישן דעם קאָנװאַי און די פלייטים מיט יעדער רעגע אלץ גרעסער, און לויפן דארפן אלע..
4
אָט דאָ איז מען געבליבן שטיין: לויפן דארפן אלע.
קארפּאָ האָט געזאָגט, און אייניקע האָבן אים אונטערגעהאלטן:
-- פארװאָס-- אלע? ער עס יל און װער עס קאָן.
-- מיין ניט, אז ביסט קליגער פון אנדערע, -- האָט געלאסן און קימאט פרידלעך געענט- פערט איגאָר, נאָר לוט דעם, װי זײַן לענגלעך, טונקל פּאַנעם איז נאָך מער טונקל געװאָרן און עס האָבן לענגער ניט געפּינטלט זײַנע שווארצע אויגן, איז צו מערקן געווען, אז אָט די געלאסנקײַט און דער פרידלעכער טאָן קאָסטן אים עפּעס, -- װער עס װעט בלײַבן, דעם װעלן די פריצן אומברענגען, פּונקט װי די, װאָס װעלן זיך פּאקן. דאָס דארפן אלע נעמען אין אכט, און מיר װועלן װאָרענען.
-- נאָר וויפל קאָן געדויערן, ביז אלע װעלן ארויס דורך דער איינער לאָך אין דיל!-- קארפּאָ האָט שוין װידער גערעדט מיט א קויטשיקל.
-- וויפל עס װעט געדויערן, ווייס איך ניט, נאַר איך און דו װעלן ניט ארויס די ערשטע, פארשטיי. די לעצטע, מיסטאמע.
-- פיויו"ו, -- קארפּאָ האָט א פּײַף געטאָן און ארומגעקוקט די עטלעכע, װאָס זײַנען דאָ געזעסן, און אנדערע, װאָס האָבן זיך אלץ מער צוגערוקט, אָפּגעשטעלט אפילע די אויסגע- ראטשעטע, בייזלעך"פארזאַרגטע אויגן אף ליאָניען.
-- דארף מען צוקלערן עפּעס אנדערש, -- וואסילי האָט דורכגעריבן מיטן פינגער דאָס קאָסאָקע אויג און עס האָט דערנאָך עטלעכע װײַלעס געקוקט גלײַך, --דורכשנײַדן א ווענטל טוג אויך ניט--א סאך פון די, װאָס װעלן שפּרינגען, װעט פארטראָגן אונטער די רעדער, און װאָס נאָך-- מע װעט אף די סטאנציעס, אויב אפילע דער צוג װעט זיך ניט אָפּשטעלן, באמערקן די לאָך. ארויסנעמען א ברעט פון דיל -- צופיל מענטשן.. דארף מען עפענען די טירוּ
-- װיאזוי? -- האָבן עטלעכע געפרעגט.
-- באלד וועט איר הערן. --וואסיליס אויג האָט װידער געקוקט קאָסע, װײַל ער האָט עס אָנגעשטעלט אף איינעם פון די ליוקן.
3 פאר דעם, וי זאָגן, װאָס ער לייגט פאָר, האָט וואסילי אראָפּגענומען דאָס שטריקל, מיט וועלכן עס זײַנען בא אים אונטערגעבונדן געווען די גאליפָע, הוילע פאר-
סטריגעס און לעכער, און אױיסגעמאַסטן מיט דעם אין דער קרים, װי װײַט עס איז פונעם ליוק צום אָרט אף דער טיר, װוּ עס געפינט זיך פון אויסן די סקאַבע. קנאפּע צװײי גאנג פונעם שטריקל האָט באטײַט אן ערעך אָנדערהאלבן מעטער, עפשער עטװאָס מער. מע האָט זיך שוין אָנגעשטױסן, אין װאָס דער פּלאן באשטייט: אף דער סקאַבע, און אף דעם קריוק, אין וועלכן זי איז פארלייגט, איז קיין שלאָס ניטאָ, אזוי איז אלעמאָל, דאָרט איז אָנגעדרײט דראָט. לאנג ארומריידן די זאך איז ניט געווען װאָס, מע האָט זיך פארטראכט וועגן א צװייטן: ווער איז דאָ אזא געזונטער און פלינקער, אז ער זאָל קאָנען, א צוגעבונדענער פאר די פיס, ארויסקריכן דורכן ליוק, פון וועלכן מע װעט אראָפּקלאפּן די פארצוימונג, עמעצער װעט אים אויך האלטן פאר די פיס, און אָט אזוי, מיטן קאָפּ אראָפּ, זאָל יענער, קלאמערנדיק זיך אין דער שטאנגע פונעם מעטאלענעם קארקאס, וועלכע ציט זיך אװעק פוֹנעם ליוק צו דער סקאָבע, -- ער װאָלט קאָנען (צי װעט ער װעלן ריזיקירן, איז עפּעס אנדערש) דערקלײַבן זיך, בייס עס גייט דער צוג, צו דער סקאָבע, אַפּדרײען דאָס דראָט און ארויסמיקען זי פונעם קריוקז
-- װען מע זאָל כאָטש הײַנט געוען האָבן עפּעס אין מויל, --האָט עמעצער געזאָגט.
א צווייטער -- מאָרעשכױרעדיק:
-- און דאָס נעכטיקע, צי דאָס אייערנעכטיקע װאָלט דיר געקלעקטו
-- איך װאָלט דאָס אָפּגעטאָן אפן בעסטן אַויפן, -- קארפּאָ האָט א באוועג געטאָן מיט די קרעפטיקע אקסל, -- נאָר װער װעט מיך אײַנהאלטן, און מע װעט מיך נאָך דארפן ארניג- שְלַעפּן צוריק... װוּ, זדיכליעס! און צי װעל איך דורכקריכן אין ליוקו
-- וועסט ניט דורכקריכן--דער עלטערער לייטענאנט האָט מיט ניט קיין פארבאָרגע- נעם ביטל געקוקט אף בוזיוקן, געזען ---און אלע האָבן געזען, -- דער דװאָרניק איז גליקלעך, װאָס עס באקומט זיך בא אים אי קײַלעכדיק, אי שפּיצעכיק, א פּאכדאָניש-צופרידענער שמייבל האָט קוים באוועגט די גראָבע הוט אף זײַן פּאָנעם, --װעסט טאָן אן אנדער זאך, קארפּאָ, וועסט האלטן פאר די פיס, און ארויסקריכן װעל איך!
-- הע!-- וואסילי האָט, אן איבעראשטער, זיך אופגעשטעלט אף די קני, --און די קאָני
42
טוזיע איז א שפּײַ, איגאָריאָק: ביסט שוין געפלויגן מיטן קאָפּ אראָפּ.. איך האָב צוגעטראכט, װעל איך דאָס אָפּטאָן. דערצו בין איך אן אײַזנבאנערוּ
-- און אוב אן אײַזנבאנער? װעסט בלײַבן הענגען, װי א מאָטשאלע, וואסילי!---דער עלטערער לייטענאנט האָט זיך לאנגזאם ארומגעקוקט, ער האָט געזען אויך די, װאָס זײַנען געזעסן צי געלעגן אף דער אנטקעגנדיקער נארע, ער האָט געכמורעט די גלײַכע ברעמען-- אוואדע פּאָרגעשטעלט זיך אין געדאנק אלעמען, װאָס זײַנען דאָ געווען אין וואגאָן. א לעג- גערע װײַלע, שוין דאָס צווייטע מאָל, האָט ער פארהאלטן דעם בליק אף ליאָניען נאָר אָפּגעקערט אין א זײַט די אויגן, װאָס האָבן, פארזאָרגטע, ניט געפּינטלט. ער האָט עפּעס אָנגענומען א באשלוס, שוין ארויסגעבראכט: ,מיילע..* און דאָ האָט ליאָניע זיך אָנגערופן-- גיט דרייסט, אָבער ניט דרייסט בלויז איבער איינס-- צי טוג ער, צי װעט מען ניט אָפּזאָגן;
-- איך װאָלט עס געטאָן, הא!
-- אוך, זשידאָק!-- האָט ראשיק זיך א כאפּ געטאָן קארפּאָ, -- איך קאָן געבן דעם קאָפּ--- א זשידאָק, איך זע.. און כיטרעוועט ניט, װי די זײַניקע! נו, נ ער װעט, װי א קאץ, זיך ארויסדראפּען!
-- עפעס רעדסטו ניט אזוי, װי מע רעדט בא אונדז, -- האָט בייז, נאָר צוימענדיק, קענ- טיק, די היציקײַט (ס'איז ניט די צײַט דערוף) אָנגעשטעלט אף בוזיוקן דאָס קאָסאָקע אויג וואסילי, ---און קאָמוניסטן קאָנסטו אויך אזוי גוט דערקענען? פאר דעם קאָנסטו אויך געבן דעם קאָפּ..
-- ווייסט איר, כאוויירים, צעגייט זיך, -- האָט פּאָרגעלײיגט דער עלטערער לייטענאנטן אף זײַן פּאָנעם, אפילע ניט קיין טונקלס, א גרינס פון אויסגעצערטקײַט און מידקײַט, האָט זיך באוויזן אן אויסדרוק פון עקסטן געדולד, ער האָט באשטימט אויסמײַדן א נײַעם צוזא- מענשטויס, -- גיי, קארפּאָ, רו אַפּ, מע װעט דיך רוֹפן. אלע רוט אָפּ. וועגן איקער האָבן מיר זיך צונויפגערעדט. איצט דארף מען היטן די קויכעס. זאָגט, וועמען איר האלט פאר נייטיק, װאָס עס שטייט פאָר, זאָל יעדערער, װי ער קאַן, זיך צוגרייטן. עס װעט ווערן רעכט פינצטער, אויב גאָרניט װעט זיך ניט ענדערן -- טוען מיר זיך א שאָט, װי פון א זאקוּ
װען מע האָט זיך גענומען פאנאנדערגיין, אייניקע האָבן זיך צוגעמאָסטעט דאָ טאקע, אף דער נארע, האָט ליאָניע זיך ניט אָפּגערוקט פון וואסילין און איגאָרן. װי עס זאָל ניט זײַן, איז אים פאָרגעשטאנען איינע פון די ויכטיקסטע ראָלן, ער האָט שוין געמעגט ניט שיידן זיך מיט אָט די צוויי. און וירקלעך -- זי האָבן אויך אזוי געטראכט. מע האָט פאר אים געלאָזט אן אָרט לעבן זיך --א שמאָלס, ס'איז אויסגעקומען לייגן זיך אף א זײַט. גע- פרעגט האָט מען אים גאָרניט. א קלער געטאָן, האָט ער פארשטאנען: מע ויל ניט קריכן אין הארצן, און דעם ליגן, װאָס ער װעט עפשער מוזן זאָגן, דארף מען ניט. א באָכער און גאָר. צװישן זיך האָבן די נײַע באקאנטע אויך ניט גערעדט -- מע איז הונגעריק, דאָרשטיק, עס בלאַזט פונעם נאָענטן ליוק, א פארהאנגענעם מיט א שמאטע, זי פלאטערט און טרייסלט אָפּ קאלטע טראָפּנס -- װאָס איז דאָס ריידן? פון מאָל צו מאָל האָט מען זיך אויסגעקערעוועט אלע דרײַ --די ברעטער קװעטשן- די זײַט, װאָס איז אובן, פרירט -- און נאָר אָט דאָס דרייען זיך אײינצײַטיק פון זײַט אף זײַט האָט װי באשטעטיקט די אײניקײַט זייערע.
מע האָט געהאלטן אין איבערדרייען זיך שוין דאָס דריטע צי דאָס פערטע מאָל, ווען ליאָניע האָט א טאָרע געטאָן וואסילין אין אקסל (ער האָט בעקיוון זיך געלייגט לעבן ווא- סילין, איגאָר איז געווען פון יענער זײַט) און שטיל געפרעגט:
-- פארװאָס האָט איר יענעם, װאָס איר האָט געשלאָגן, אַנגערופן.--יאצקאָז און-- סטארשינאד
וואסילי, װי ער האָט זיך אונטערגעהויבן אף אן עלנבויגן, איז אזוי געבליבן, ער האָט קוים אָפּגעװאָרפן דעם גוף, און דעריקער דעם קאָפּ, אף צוריק, פארכידעשט געקוקט אף ליאָניען;
-- װי זשע זאָל איך אים געווען אַנרופן?
-- איך ווייס, אז ער הייסט אנדערש -- טאנאגאָז, יורי ניסאנאָויטש, און ער איז נאָך ביז דער מילכאָמע געווען א קאפיטאן.
-- איין ראבע קו איז דאַ אף דער וועלט?--וואסילי האָט א שויבער געטאָן די שווארצע קאָלטענעס אפן קאָפּ, דורכגעשאָטענע מיט גראַװע האַר, און שוין געװאַלט װידער אײַנמאָסטען זיך מיט א פויסט צוקאָפּנס, צוגעלייגט דעם פויסט צו דער באק. -- קענסט עמעצן א צווייטף= האָט ער געזאָגט.
געמאכט אן אַנשטרענגונג, האָט ליאָניע זיך אופגעזעצט און ערשט איצט נאָענט צוגע-
43
בויגן זיך אי צו וואסילין, אי צו איגאָרן ---איגאָר האָט זיך אויך װידער אויסגעקערעװעט, אונטערגעהויבן זיך אף איין האנט.
-- עפשער קענט איר עמעצן א צווייטן, --איז ליאָניע באשטאנען אף זײַנעם,-- דאָס איז טאנאגאָז, מיר זײַנען מיט אים פון איין אָרט, און איך קען אים לאנג.
-- איז װאָס זשע, וועסטו עפשער זאָגן, אז ער איז א גוטער? -- אין וואסילין האָט שוין א קאָך געטאָן, ער האָט זיך ניט געלייגט, דאָס ביינערדיקע, פארוואקסענע פּאָנעם האָט גער- וועז זיך גענומען צוקן.
-- װאָס עפעס א גוטער?-- ליאַניע האָט זיך באליידיקט. -- איך האָב דען ניט געזען, װאָס ער האָט געטאָן אין הויף! איך װוייס אויך וועגן אים שלעכטס--- ער האָט מיך געװאָלט אומ- ברענגען פאראיאָרן, ווען איך האָב, א פארװוּנדעטער אין פוס, זיך געפאקט מיט אים אין א לאגער. מענטשן האָבן ניט דערלאָזט. און פריער, ביז דער מילכאָמע, האָט ער מײַן טאטן, א קאָמאנדיר, אוועקגעזעצט..-
-- און ער זיצט! --וואסיליס פּאָנעם האָט זיך אופגעהערט צוקן.
-- ניין, אין עטלעכע כאדאָשים ארום האָט מען אים ארױיסגעלאָזט. איך האָב געהאט א יעדוע ---איין בריוו דעם טאטנס--ער קאָמאנדעװעט מיט א פּאָלק אפן דאָרעםיפראָנט, א מאיאָר.
איגאָר האָט זיך אופגעזעצט, אונטערגעהויבן דעם קאָלנער פון זײַן ציווילן, בלאָוון פּיר- זשאקל -- ס'האָט געדראָשטשעט. א באישעװט-אַנגעשפּיצטער, האָט ער געזאָגט:
-- געדענקסט, וואסילי, מײַנע ריידז
-- הער שוין אוף!
-- נאָר דו געדענקסט! איך האָב אויך געהאט געזאָגט, דעמלט, ווען איך האָב אים דאָס ערשטע מאָל דערזען, --א קענטלעכער, ער פלעגט אזוי װי קומען צו אונדז אין דיויזיע, אין פּאָלק. א קאדראָווער, קאדראַווע געדענקען זיך. און די פאמיליע -- זי איז מיר איינמאָל-- ניין, ניט געקומען אפן זינעף--אָט אזא אן ערעך, א קורגוזע...
-- אן אוער איז בא אים אָפּגעהאקט א ביסל פון אויבן--האָט ליאָניע געפרעגט.-- פאראיאָרן, ווען איך האָב אים געזען אין לאגער, האָט ער געטראָגן א בענדל אפן אױיער, און מע האָט געזאָגט--א שטיק איז אַפּגעהאקט...
-- דער רעכטער אוער איז צעפאטערט, -- האַט וואסילי שוין אָן דער פר;ערדיקער היצי- קײַט באשטעטיקט, ---נאָר ווארט, זאָל זײַן, מע האָט אים באשטראָפט, אראָפּגענידערט דעם טיטל. אָבער -- יאצקאָדּ
-- מע האָט בא אונדז דערציילט וועגן זעמליאניצינען ---קענסט דאָך אים -- אזויגס, -- איגאַר האָט גערעדט מיט אן אײַנגעהאלטענעם אַטעם, עטלעכע האָבן געקוקט אהער פון רעכטס און פון לינקס, ניט צו ויסן, זיי הערן, צי ניט--דער צוג האָט געהילכט, שוער מיסטאמע הערן עטװאָס װײַטער, -- מע האָט דערציילט: טאנאגאָז האָט געשאָסן אין קרעמעזן, באם דניעסטער, -- דער פּאָלק איז אָפּגעטראָטן, און קרעמען לאָזט ניט, ער שטעלט אפּי-- האָט זעמליאניצין אים אוועקגעלייגט, טאנאגאָזן, פון אוטאָמאט... נאָר עפשער-- ניט, עפ- שער -- בלויז פארטשעפעטד.
-- קרעמעז!-- דאָס בלוט האָט שװער א זעץ געטאָן ליאָניען אין קאָפּ און פּאמעלעכן אָפּגעפלאָסן, ער האָט זיך דערפילט אויסגעהוילט, װי פאר כאלעשן, -- איר האָט געזאָגט-- קרעמעזז עפּעס איז מיט מײַן טאטן געשען? קרעמעז איז מײַן טאטעו
-- גאָרנישט איז ניט געשען, -- איגאָר איז בלאס געװאָרן, א װיש געטאָן דעם שטער ארום וועלכן די האָר האָבן געסטארטשעט, װי בא א שטעכלער, ---גאָרנישט, עס האָט אים פארווונדעט ערשט שפּעטער, אפן מיוס, דעמלט װען מיך, און וואסילי איז געווען אונטער זײַן קאָמאנדע שוין בא סטאלינגראד.. איז עס דײַן טאטעו
-- דאנייל זאכאראָוויטש.
-- דאנניל זאכאראָוויטש. איך האָב בא אים קאָמאנדעװעט מיטן אױיסשפּיר-ווזװאָד.
וואסילי האָט טרויעריק, נאָר ליאָניען האָט זיך אויסגעדאכט ---אזוי װי פּײַערלעך אויך א שמייכל געטאָן.
-- דערװײַל איז גענוג פאר דיר--אן אויסשפּירער. אויב מיר װעלן זײַן מיט דיר דאָרטן, -- וואסילי האָט מיט א הייב פונעם שפּיציקן אקסל אָנגעװיזן אף דער טיר, -- דאָרט װועסטו זיך דערוויסן מער... װי הייסטוז
-- ליאָניע,
-- בין איך -- סומוֹיוויטער. וואסילי-- דאָס װוייסטו שוֹין. א יעפרײטאָר. און דײַן טאטע איז שוין ניט קיין מאיאָר. א פּאַדפּאַלקאָווניק
4
איגאָר האָט באוויזן ליאָניען. ער זאָל זיך צובייגן נעענטער, און שטיל אײַנגערױמט:
-- מע רופט מיך דאָ שטשעפּקין, נאַר ביכלאל בין איך -- דו ווייס--- ראזטשעפקין. װײיס.
מע איז װידער געלעגן, אלע דרײַ; נאָך מער צונויפגעפּרעסט, וי פרזער, װײַל סומויווי" טער האָט זיך געלייגט נאזנדיק -- ער האָט געװאָלט זען סײַ איגאָרן, סײַ ליאָניען. סומוּיוויטער האָט שטיל א זיפץ געטאָן:
-- אוי, וי עס געשעט אין לעבן!
-- עס געשעט, -- האָט ראזטשעפקין אײַנגעשטימט.-- מע זאָגט בא אונדז אין ספארטא- נאָװקע: אין לעבן געשעט אזוי, װי אפן דנאָ פון דער װאָלנע געשעט ניט!
-- גיין עפשער ביז װאַסיווען װידער א טרייבער טאָן דעם דעזינפעקטאַר ---פארװאָס איז ער ניט ערז -- סומויוויטער האָט אלץ ניט געקאָנט בארווקן זיך.
-- מע דארף ניט, וואסילי, -- האָט איגאָר זיך אָפּגערופן נאָך עטלעכע װײַלעס קלערן -- מע דארף ניט. שפּרינגען מיר ארויס פונדאנען -- איז גײט ער צו אלדי רוכעס, אוֹן בלײַבן מיר שטעקן.. זאָל זײַן שטיל, זאָלן די מענטשן דרעמלען;
} סאָט גענומען צופאלן די נאכט, אין וואגאָן איז גאָר שנעל פינצטער געװאָרן. װי אין א גרוב. איגאַר ראזטשעפקין האָט געהייסן זאמלען רימענס, בא וועמען
זי זײַנען דאָ, און פעסטע שטריקלעך. מע האָט אראָפּגענומען דעם דראָט, א גאנץ לאנגן, מיט װעלכן עס זײַנען צוגעפעסטיקט געווען די הענטלעך -- צוויי הילצערנע דרענגלעך -- צו דער פאראשע. רימענס זײַנען געוען דרײַ --בא ליאָניען, בוזיוקן און נאַך בא אייגעם = מיט אלע דרש האָט ליאָניע זיך געדארפט אונטערגארטלען. די שטריקלעך האָט מען צונויפגע- בונדן, דאָס. װאָס עס האָט זיך באקומען, צונויפגעלייגט עטלעכע מאָל און דורכגעפלאָכטן מיטן דראָט. אָט דעם היפּשן קאנאט, דורכויס אין קניפּלעך, האָט מען צוגעפעסטיקט צו א זײַטיקער לײַסט פון דער נארע פונקט אנטקעגן אַנגעמערקטן ליוק. געבליבן איז א קלייני- קײַט -- צובינדן דעם קאנאט ליאַניען צו די רימענס, ארויסנעמען א ברעט פון דער נארע, די ברעט האָט מען באצײַטנס אַפּגעריסן, און אויסברעכן מיט איר הילף צוויי צעבויגענע גראטע-שטענגלעך, ניט קיין גראָבע, װאַס האָבן פארצוימט דעם ליוק און דאָס שטעכרראָט, מיט וועלכן ער איז פארקלאפּט געווען פון אויסן.
דער צוג האָט זיך אָבער אַפּגעשטעלט, און געשטאנען איז ער לאנג. די סטאנציע אין געווען א גרויסע. לאָקאָמאָטיוון האָבן געפײַפט דאָ, דאָרט, וואגאָנעס האָבן זיך געקייקלט-- גרעסערע, קלעָנערע גרופּעס. כאָטש מע האָט דעם צוג פארטריבן אף א זײַטיקן וועג, האָט וואסילי סומוּיוויטער זיך אײַנגעקוקט אין די נאָענטע ראמפעס מיט אָפּדעכער, אין וואסער- טורעם אוּן פארזיכערט, אז דאָס מוז זײַן וויניצע. אליין איז ער קימאט א הינער, א קאזאטי- נער. די מוירע איז געווען -- טאָמער הייסט מען דאָ אראָפּשטײגן. נאָר מע האָט צום צוג בלוין צוגעגעבן עטלעכע וואגאָנעס: און אָט איז מען װידער אין װעג, דער צוג קריכט אין דער נאכט, װי א װאָרעם אין דער ערד-טיפעניש...
צײַט. ראזטשעפּקין, סומויוויטער און קארפּאַ -- אף זײַן קויעך האָט מען באזונדערס אויס- גערעכנט, האָבן, שטייענדיק געבויגן אף דער נארע, מיט דער ברעט, װי מיט א טאראן, נאַך עטלעכע קלעפּ פרײַ געמאכט דעם ליוק. געווען איז דאָס יענער, װאָס נעענטער צום לאָקאָי מאָטיווֹ, -- דער לופּט-שטראָם װעט שמײַסן ניט אין פּאָנעם, אין א געוויסער מאָס װעט דער שטראָס אפילע אונטערהאלטן דעם, װאָס קריכט ארויס
ליאָניע האָט באצײַטנס פארבונדן אונטער דער קין די אויערן פון זײַן װיגטערדיקן היטל, אָנשטאָט דעם מאנטל, די פּאָלעס קאָנען שטערן, אַנגעטאָן אף זײַן סאמעטן פּידזשאקל ראז- טשעפקינס פידושאק, פעסט אונטערגעגארטלט זיך מיט די רימענס, און, א צוגעבונדענעה, ניט ווארטנדיק, מע זאָל רופן, גלײַך װי דער ליוק איז אופגעבראָכן געװאָרן. געשטעלט זיך לעבן אים. דאָס איז אָפּגערעדט געווען, און דאָס האָט א ביסעלע געשראַקן ליאָניען, אָבער אזוי, אז עס האָט עפשער פארטויבט אלע אנדערע פאכעדן זײַנע-- פאר די פיס װעט אים האלטן קארפּאָ. אָט די מינוט, ווען ליאָניע האָט געדארפט דערפילן, אז קארפאָ האלט אים,--- אָט די מינוט װאָלט ער װעלן איבערלעבן אין א פלעט. נאָר ער האָט אלץ געפילט און גע- הערט, עפשער שארפער װֹי אלעמאָל. ער האָט געהערט. אז קארפּאַ האָט מיט א צוגעדישעטן פלף ---אָנגעהאָרעװעט זיך מיט דער ברעט, צי סטאם פון ערגערניש-- געסאָפּעט הינטער זײַנע פלייצעס! אָט האָט דער דװאָרניק, װי פאר א נײַ שטיקל ארבעט, א שפּל געטאָן אין די דלאַניעס. און ראזטשעפּקין האָט געזאָגט:
-- דאָס מעסער דײַנס װײַז אהער...
45
-- װאָסי?
-- װעסט שפּעטער וויסן!
-- נא! מיינסט -- װאָס, קאָנסט מיט דעם אפילע לויפן!
ליאָניע האָט ניט פארשטאנען: ,צוליב װאָס דארף מען דאָס מעסער!" און מיט אָט דעם געדאנק, אן אומרויקן: .טאָמער װאָס. װעט מען איבערהאקן דעם שטריק:" און מיט דער זיכערקײַט: .ניין, ראזטשעפּקין, סומוּיוויטער -- נייף"---מיט אָט דער זיכערקײַט, נאָר פאר- נומען פונדעסטוועגן מיט ביידע געדאנקען, האָט ער ניט באמערקט, ווען קארפּאָ האָט אים ארומגעכאפּט העכער די קני. א צאפּל געטאָן, האָט ליאָניע לײַכט,-- לײַכט, דאָס האָט עפשער
4
?
געדארפט באװײַזן, אז די הילף איז ניט נייטיק, אפילע דערווידער, און עפשער --אז ער נעמט זי אָן, ---א צי זיך געגעבֿן ארוף, דערפילט דעם שמיץ פונעם שארפן װינט אין קאָפּ, דורכן היטל, אין האלדז (,א שאָד, דער האלדז איז מיט גאָרנישט ניט ארומגעבונדן!"), אין די הענט, אין זײַט, אין די פיס.. ער איז שוין געהאנגען פון יענער-זײַט. ער איז געהאנגען ניט אינגאנצן מיטן קאָפּ אראָפּ, נאָר קאָסע, און פיבערדיק געזוכט מיט דער לינקער האנט, -- דאָס איז אויך פאָרויסגעזען געווען, טאקע דערפאר האָט מען אופגעבראָכן דעם ליוק, װאָס קומט ארויס צום פּאראלעלן וועג--עס זאָל פרײַ זײַן די רעכטע האנט, ---מיט דער לינקער געזוכט און גע- פונען דעם גליטשיקינאסן ראנך פון דער שטאנגע, װאָס האָט אִים אָנגעװיזן די סקאַבע און דעם קריוק מיטן פארדרייטן דראָט --גאָר ניט קיין גרויס און ניט קיין הארט דרעטל, ער האָט עס גענומען אָפּדרײען.
אז מע מעג אים שוין שלעפּן צוריק, האָט ליאָניע געדארפט געבן א סיגנאל-- עטלעכע מאָל א קלאפּ טאָן מיט דער באפרײַטער סקאַבע אינעם קריוק פאר דעם, װי אראָפּווארפן זי. סומויוויטער איז געשטאנען אונטן, מיט א צוגעלייגטן אוער צו דער טיר. און אַט-- א קליאמ- צע, איין מאָל, א צווייט מאָל.
-- צוריק! -- האָט אויסגעשרזען וואסילי:
ליאָניע האָט דאָס ניט געהערט און ניט געקאָנט הערן. דער צוג האָט גערוישט, װי א מעכטיקער שטראָם זאָל זיך קײַקלען און שטורעמען. ליאָניע האָט בלויז דערלויבט זיך אין אָט דער רעגע---ס'איז געווען א גליקלעכע רעגע: .אן עק!"--א קוק טאָן אין א זײַט און א ביסעלע אף צוריק, דאָס ערשטע מאַל דערלױבט זיך דאָס. פון יענער זײַט װעג זײַנען אָן
* 48
אופהער געלאָפּן ניט קיין הויכע ביימער, הארבסטיק-הוילע, טונקעלע, און לאכלוטן שווארצע יעלן. אוֹן עפּעס א שײן האָט ער באמערקט, נאַך א װײַטע, א צעשווומענע, מיט איין ווינקעלע פונעם מויעך באנומען, אז דאָס קער אָנקומען אן אנטקעגנדיקער צוג. ער האָט געווארט, מע זאָל אים א צי טאַן אף צוריק, נאָר מע האָט ניט געצויגן. די גליקלעכע רעגע, און נאָך איינע, און נאָך האָבן גענומען צאנקען. ערשט איצט האָט ער דערפילט די גאנצע שװערקײַט פון דעם, װאָס ער האָט אָפּגעטאָן. די טיר איז אָפן--װאָס זשע קערט מען אים ניט אום, און װאָס בלענדט עס די אויגן -- טאקע א צוגז.
ליאָניע האָט ניט געװוּסט; אין אָט דעם מאָמענט האָט קארפּאַ אויסגעדרייט דעם קאָפּ צום ליוק און געשריען:
-- אן עקטפּרעס! מע װעט דערזען! װער דארף אים, דעם.. האק דעם שטריקי
באלד האָט דער שפּיץ פונעם מעסער, דערװײל נאַך ניט שטארק, דורך די קליידער א שטאָך געטאָן קארפּאָן אין פּלײצען ראזטשעפּקין האָט געשרזען באם ליוק:
-- שלעפּ, אָדער--- טויטוּ שלעפּ, אָדערן.
ליאָניע האָט דערפילט: מע ציט אים אף צוריק -- פאר די פיס און פארן קאנאט, די רי- מענס האָבן זיך נאָך מער אײַנגעשניטן אין לײַב. װען דער צוג מיט א שורע באלויכטענע פענצטער האָט זיך פארבײגעטראָגן, איז ליאָניע שוין ביז האלב געווען אין ליוק און אַנגע- כאפט זיך מיט די הענט פארן אייבערשטן לײַסטל פון דער ראם.
5 זיי זײַנען געשפּרונגען איינער נאָכן אנדערן ---וואסילי, ליאָניע און איגאָר. פאר דעם האָט יעדערער צוגעבונדן צום לינקן אַרעם א װײַסע שמאטע -- איגאָר האָט
געייצעט. קארפּאַ, ווען ער האָט דערזען, אז מע בינדט עפּעס צו צו די ארבל, האָט פארהא" װעטידערשראָקן א פרעג געטאָן: .צוליב װאָס איז דאָס! צוליב װאָסז" מע האָט אים ניט געענטפערט, נאָר ער האָט באלד אליין פארשטאנען: .א, איר װעט זיך האלטן איין קאָמפּאניע! איך דארף אײַך ניט, איך דארף קיינעם ניט!" דאָס האָט ער אזש געצאפלט, ליאַניע זאָל גיכער אומקערן אים דעם רימען. אנדערע האָבן דאַ טאקע, בא דער אָפענער טיר, װוּ פיל זײַנען שוין פארשווונדן אין דער נאכט, באקומען אָפּגעשניטענע שטיקלעך פונעם צונויפגעדרייטן שטריק -- וואסילי האָט געשניטן, ---מע קאָן ניט לויפן, אז די הויזן האלטן זיך ניט. אפן מע- סער האַט קארפּאָ ניט געווארט..,
אף דער ערד, װי נאָר מע איז געקומען צו זיך פונעם קלאפּ, פונעם פאלן, האָט מען לוט די בענדלעך טאקע באלד אָפּגעזוכט איינער דעם אנדערן. עס איז אָפּגערעדט געװען: דער, װאָס שפּרינגט דער ערשטער, בלײַבט אף אן אָרט, און די, װאָס נאָך אים -- קערן זיך אום.
קיינע קוילעס האָט מען ניט געהערט, עפשער האָט דער צוג זי פארהילכט. ס'האָט גע- גאָסן א דין רעגנדל, אף דער אוקראינע הייסט עס -- מזשיטשקא, און עפעס קאלטס האַט פון מאָל צו מאָל געשטאָכן אין פּאָנעם, אין די הענט ---שנייעלעך,
אוועק איז מען פון דער אײַזנבאן שטרענג לוט א פּערפענדיקוליאר, בלויז איינס---װי נאָר מע איז זיך צונויפגעקומען, איז מען אריבער אף דער צווייטער זײַט פון דער ליניצ. עס האָט דאַ געהאט צו זאָגן ניט אזוי א באקלערטער געדאנק, װי אן אינסטינקטיוו געפיל; סראָוו פלייטים װעט אוועק אף יענער-זײַט, װוּהין מע איז אראַפּגעשפּרונגען, און די, װאָס װעלן זי זוכן, װעלן אויך זוכן מער אף יענער'זײַט. כוץ דעם -- דאָרעם, װײיניקער וועלדער, בעסער אוועק אף צאָפן.
די נאכט איז מען געגאנגען און געגאנגען, און אלץ --גלײַה. אוב ס'האָבן זיך געטראָפּן וועגן, איז מען פאָרזיכטיק אריבער אף דער צווייטער זײַט, און ווידער געגאנגען דורכן פעלר, דורך קלענערע און גרעסערע וועלדלעך. ייַשׁוּוים האָט מען אויסגעמיטן. און אלץ זיך צוגע- הערט -- קיינע קוילעס, קיין שיסערײי. ס'הייסט, פון צײַט צו צײַט האָט אזוי װי יאַ דערטראָגן זיך עפּעס ענלעכס, נאָר עס האָט זיך געקאַנט אויסדאכטן אויך. די צוגן האָבן געקלאפט אלץ װײַטער,
ס'איז וויכטיק געווען צו געפינען א באהעלטעניש אף טאָג. מע האָט פארשטאנען, און א פאָר מאָל, בייס מע האָט זיך אָפּגעשטעלט; איבערגעשעפטשעט זיך וועגן דעם, אז נעמען זוכן און פארפאָלגן די פלייטים װעט מען אפאנעמעסן אינדערפרי. די פאַליצייושע באצירקן, די דײַטשישע קאַמענדאטורן, די זאסטאוועס---אלע קערן אַטאָ איצט, באנאכט, אליארמירט ווערן וועגן דעם, װאָס עס האָט פּאסירט.
קאיאָר, און געװען איז דער קאיאָר א נעפּלדיקער, מאמעש, װי מע זאָל צעהענגען לִמַי- לעכער אינדערלופטן, האָט זי אָפּגעגליקט, ניט גאָר װײַט פון א פארװאָרפענעם צווינטערל
47
(אליין דאָס צווינטערל האָט אויך צוגעדיגט: לוט די צלאָמים -- זי שטייען אומבאדינגט אין מײַרעװדיקן עק פון קװאָרים-בערגל, האָט ראזטשעפּקין פעסטגעשטעלט, אז מע גייט ריכטיק-- אף צאָפן). באם אָנהײב פון א וואלד, האָט מען אָנגעטראָפּן אף לאנג פארלאָזטע שוצגריבער, טראנשייען, און אפילע דעם רעשט פון אן ערדשטיבל, מיט אן אײַנגעוואלגערטן, נאָר קימאט ניט קיין צעלעכערטן צודעק. דאָס אלץ, און דעריקער די טראנשיי פארן ערדשטיבל, און דאָס ערדשטיבל אליין אויך איז פארשאָטן געווען מיט פוילע בלעטער פון פאראיאָרן און פון הײַנטיקס יאָר. אין יענעם ערדשטיבל האָט מען זיך פארקליבן דורך א זײַטיקער לאָך, קעדײַ ניט צערויען די בלעטער.
ערשט דאָ האָט מען דערפילט אלץ: אי אז מע איז נאס אף דורך און דורך, אי אז עס טוט בא יעדן װײ דאָרט, װוּהין ער האָט זיך דערלאנגט בייסן שפּרינגען פון צוג, און אז עס ברעכן ביכלאל די ביינער. מע האָט דערפילט, אז מע איז הוֹנגעריק, עס קלינגט אזש אין די אויערן, עס קלאפּט אין די שלייפן פון יעדן קער. מע האָט גערוֹט לוט דער רײ: צווייען דרעמלען, צוגעטוליעט איינער צום אנדערן, דער דריטער מאכט קיין אויג ניט צו. און װײַל דאָס אָרט איז געווען א פארװאָרפנס---ביכלאל, צי איצט, װען עס איז אזא אומקומעניש אינדרויסן, האָט וואסילי פארנאכט-צו זיך אײַנגעשטעלט ארויס און ארומקוקן זיך. כוץ אלע- מען -- פּרוּוון געפינען עפּעס אף צו שטילן דעם הונגער. ס'האָט אָפּגעגליקט: ער האָט אָנגער טראָפן אף א װילדן בארנבוים, אונטער וועלכן ס'האָבן זיך געוואלגערט קליינע, צוגעלעגערטע בארלעך. די עטלעכע קאלינע-הענגלעך, װאָס וואסילי האָט אויך געבראכט, האָבן אף זייער אויפן פארשלאָגן דעם טערפּקן טאם פון די בארלעך.
אָפּגעגעסן, האָט מען גענומען גרייטן זיך װײַטער אין װעג. אין מעשעך פון טאָג האָט מען צומיינסטנס געשוויגן -- אומרויקע, פארביטערטע, מיט שװערע הערצער. נאָר דאָך אי- בערגעשעפּטשעט זיך פון מאָל צו מאָל---איגאָר און וואסילי האָבן געװאָלט וויסן עפּעס מער וועגן ליאָניען, און ער --וועגן זיי. ליאָניע האָט זיך דערװוּסט, אז איגאָר איז א העלד פון ראטנפארבאנד, דערװוּסט זיך אלץ. װאָס ביידע האָבן אים געקאָנט דערציילן װעגן טאטן, וועגן זיך האָט ליאַניע געזאָגט: געווען אף א פאנצערצוג, ארײַנגעפאלן אין געפענקעניש, און באקאנטע, טאקע פון פּאנצערצוג, װען מע האָט גענומען אַפּלאָזץ פון לאגער די קיעװער אײַזנבאנער, װײַל מע האָט זיך אין זיי גענייטיקט, האָבן אים, א פארװוּנדעטן, מיטגענומען מיט זיך. דעטאלן האָט ער דורכגעלאָזט, װײַל דאָס װאָלט ארופגעפירט אף יענעם, װאָס ער האָט ניט געװוּסט, צי מעג ער ועגן דעם ריידן. ליאָניע האָט אָבער פארשטאנען, און דאָס האָט אים געפּײַניקט, אז דערציילן װעט ער דארפן מֶער. די נײַע כאוויירים זײַנע--דאָס זײַנען דאָך ניט סטאם מענטשן, װאָס מע גייט זיך צונויף מיט זיי בייס א צאָרע, אין ועג, און מע צעגייט זיך. צוזאמען מיט זײַן טאטן זײַנען זי געווען אין שלאכט, געדינט אונטער זײַן קאָמאנדע, איצט איז די לאגע זײערע א שווערע, און כאָטש זײַן, ליאָניעס, לאגע איז אויך ניט קיין גרינגע, איז זי פאָרט גרינגער כאָטשבי מיט דעם, װאָס ערגעץ, זאָל זײַן װײַט פונד דאנען, צי ניט גאָר װײַט, האָט ער צו וועמען זיך פּרוּון דערקלײַבן, ס'איז בא אים ניט גלאט געטאפּט אַ וואנט... נאַר דערװײַל האָט ער צוגעשוויגן, און געפעלן איז אים, כאָטש מע האָט עס געקענט אױסטײטשן אויך אנדערש, װאָס איגאָר און וואסילי האָבן אים ניט גאָר פאנאנד דערגעפרעגט. טאקע דערפאר האָט ער געקאַנט זיך אַנמערקן אין קאָפּ, פון װאָס ביז װאָס; אָפּהענגיק פון די אומשטענדן, ער װעט דערציילן.
אפן צווייטן טאָג, ווען מע האָט זיך װידער באהאלטן, און די באהעלטעניש איז, אגעוו, געווען ניט אזא באקוועמע -- טאקע טיף אין וואלד, דער וואלד האָט זיך אלץ ניט געענדיקט, איבערגעריסן זיך װוּיניט-ווּ מיט גרעסערע לאָנקעס, שטיקער פעלד, נאָר ביכלאל איוֹ עס אויסגעקומען װי איין גרויסער וואלד, --מע האָט אין א צעשװענקטן יאר פארקליבן זיך אונטער צעוואקסענע אלטע יאָדלעס, נאָר טראָפּנס רעגן האָבן זיך אלציינס דורכגעזײַט דורך דער כװאָיע, און מיט שפּײַז איז דאָס מאָל אויך געווען ערגער, פון די בארלעך, װאָס מע האָט מיטגענומען פולע קעשענעס, איז געבליבן זייער װײניק, אָבער ניט אין דעם איז עס געגאנד גען -- זיי זײַנען מער אין מויל ניט געקראָכן. װאָס זשע יאָ, מע האָט אָפּגעזוכט א פּאָר צענדי ליק וואלד-ניסלעך, ס'הייסט, אָפּזוכן װאָלט מען אוואדע קאָנען א סאך מער, נאָר װי דערוועגט מען זיך עס טאָן --אָט דעמלט האָט מען דאָס ערשְׁטֶע מאָל פארפירט א רייד: װאָס װעט מען ביכלאל נעמען טאָן: פון איין זײַט, האָט דאָס געהייסן, אז א ביסל איז בא יעדן גרינגער אפן הארצן. אויב מע רעדט שוין װועגן ביכלאל, איז די אומישטלבארע געפאר פּאָרט געװאָרן קלענער. נאָר פון דער צווייטער זײַט, האַט מען דאָך טאקע ניט געקאַנט סטאם אזוי גיין און גיין. צום פראָנט איז זייער װײט, די נײַס ועגן סטאלינגראד האָט, עמעס, ארויסגערופן א האָפענונג, אז ס'איז ניט נאָר דאָרט געשען דאָס גוטע, ס'איז גיכער פון אלץ אן אָנזאָג אף
3--14 48
אונדזערן אן אָנגריף. אָנגעהױבן האָט ער זיך פּריעה, איידער פאראיאָרן אין דער דאָזיקער צײַט, און װעט, אזוי האָט זיך געװאָלט גלייבן, זײַן נאָך א מעכטיקערער, ---איז עפשער גיין אנטקעגןד ס'איז אָבער קלאָר געװען, אז גיין װעט מען דארפן לאנג. פרנער אָדער שפעטער וועט מען זיך ארײַנפאקן. איז עפשער בעסער דאָ ערגעץ פארטשעפען זיך אין עפּעסז אין עפּעס ---וויפל טױזנטער האָבן געטראכט װעגן דעם זעלבן, און ניט יעדערער האָט אף אָט דעם עפעם אָנגעטראָפן, צי אליין געקאַנט טאָן, אז עס זאָל זײַן. אין איינס איז קיין סאָפּעק גיט געווען -- מע װעט דארפן פארקערעווען אף מיזרעך. סומויוויטער האָט געהאלטן. אז מע קאָן דערקלײַבן זיך געענטער צו זײַן היים, א דאָרף לעבן קאזאטין -- דאָס װײַב מיט ביידע קינדער און די מאמע, ניט אירע ---זײַנע, האָבן זיך עוואקוורט. מע האָט ניט לאנג פאר דער מילכאָמע געװווינט שוין אין קאזאטין, איצט איז מען אין דזשאמבול, נאָר קרויוים זײַנען געוויס געבליבן אין דאָרף, און א וואלד איז דאָרט באנאנד, עמעס, ניט גאָר קיין גרויסער. װאָס נאָך1 מע קאָן פרוּוון גיין װײַטער, צו פאסטאָון, דאָרט, באם טײַך אונאווע, זײַנען דאָ היפּשע ועלדער, און זומפיקע ערטער, און אינדזלען, װאָס דער טײַך שװענקט ארום-- עמעצער מוז דאָרט זײַן, צי עפשער װעט מען אליין שאפן דעם קערן. נאָר---און דאָ האָט סומוּיוויטער שטיל צוגעקליאמצעט מיטן צונג און גאָר שטארק, גאָר פארביטערט געקאָסיעט דאָס אויג --מע דארף מאכן א גרויסן קרײַז אֹרוֹם וויניצע, סאיז די דײַטשישע סטאווקע, היטלער אליין האָט דאָרט זײַן זיצעניש, דאָרט איז די זיפּ גאָר א געדיכטע... בלײַבט, אויב אזוי, שנײַדן זיך װײַטער אף צאָפן, דערװײַל צו זשיטאַמיר,
ראזטשעפּקין האָט דאָ ניט געהאט, װאָס צו זאָגן, צי זײַן װאָרט האַט ביכלאל געדארפט זײַן דאָס לעצטע. געבליבן איז ליאָניען זאָגן, װאָס ער קלערט.
ליאָניע האָט אָנגעהױבן פון װײַט. אין קיעוו, ווען מע דערקלײַבט זיך צו זײַנע באקאנטע אײַזנבאנער, װאָלט מען, ער איז זיכער, געקאָנט אין טענדער פון א לאָקאָמאָטיוו דורכמאכן א היפּש שטיקל ועג--ביז ניעזשין, קאָנאָטאָפּ, דערנאָך װאָלט מען זען. און ביכלאל---די אײַזנבאן, עפּעס טוט זיך סײַ אף דער אײַזנבאן, סײַ ארום איר. אָט האָט מען די בריק א טשעפּע געטאָן, און פון יענער-זײַט דניעפער צוען זיך אוועק װעלדער ביז טשערניגאָוו און בריאנסק. אין די וועלדער איז עמעצער דאָ, עס לאַזט זיך הערן. מער האָט ער ניט געקאָנט זאָגן, דערװײַל אָפּגעהאלטן זיך, כאָטש ער האָט פארשטאנען און אײַנגעטײַנעט עס מיט זיך אליין: אויב מוירע האָבן אזוי פאר א װאָרט, אוב קיינעם ניט פארטרויען, װעט אין אונטער- ערד איינער דעם צווייטן ניט אָפּזוכן און יעדערער װעט זײַן אליין פאר זיך. כוץ דעם, האָט ער פּאָשעט געהאלטן פאר נייטיק זאָגן ראזטשעפקינען און סומויוויטערן, טאקע װײַל דאָס זײַנען זײ, ניט עמעץ אנדערש-- אף קועוו -- מאַסקאָווסקי ארבעט אלס אָפּעראטאָר די טיאָטיע אָלגע, דעם טאטנס צווייט ייב, אויך קרעמעז, און ער האָט דאָרט א שוועסטערל -- נאטאשקע. די נײַס האָט געמאכט אן אײַנדרוק אין דעם זין, אז אלדאָס איבעריקע, װאָס ער האָט געזאָגט ועגן די אײַזנבאנעה, איז א רעאלע זאך, אָבער ניט נאָר אין דעם זין---איגאָר און וואסילי האָבן אזוי וי ביכלאל פארטראכט זיך, אז ער האָט ניט סטאם געשטעקט, ליאָניע, אין קיעוו, כאָטש דאָס ארײַנפאקן זיך אין עשעלאָן האָט ער באמאָלט אזוי, װי עס האָט פאסירט---א שלעכטער צוֹפאל, האָט פונדעסטוועגן געקאָנט עפעס זײַן ביז דעם דאָזיקן צופאל, און װײַל מע האָט גאָרנישט ניט געפרעגט --א פישער, צוגעשטעלט פיש פאר דער דעפאַ--- מיילט,. + האָט עס אויך געקאַנט הייסן, אז מע האלט זיך אָפּ פון פרעגן. ליאָניע האָט שוין געגעסן זיך די גאל: עפשער נעמט ער צופיל אף זיך, און ביבלאל, עפשער שטעלט ער זיך ארויס טאקע מיט דעם, װאָס ער פארשווליגט, מע קאָן מיינען -- וער ווייסט װאָסז
אָבער ער האָט געמוזט זאָגן נאָך וועגן איין זאך, און כאָטש דאָס האָט איצט געקאָגט האָבן עפשער מער וערט פוֹן אלעם אנדערן, װאָס ער האָט דערציילט, האָט ער עס אליין עטלעכע מאָל אָפּגעװאָרפן אין געדאנק. מע איז ערגעץ געווען ארום זשמערינקע, און דאָרט, אין דעפאָ, האַט ער אויך געהאט א באקאנטן, לאריסעס שטיפטאטן, א מאשיניסט. סיבעס' פארװאָס ער האָט דערװײַל ניט געװאָלט ריידן וועגן דעם, און אפילע געטראכט, צי װועט ער ביכלאל דאָס דערמאַנען, זײַנען געווען א סאך. כאָטש ער האָט שוין גוט געקענט לאריסעס שטיפטאטן, אָװערקאָ מאטיאשן, האָט ער אלץ ניט פארגעסן די ערשטע באגעגעניש מיטן מאשיניסט. ווען ער האָט געפונען, ליאַניע; און נאָך איין כאווער זײַנער, וועלכער איז אינגיכן אומגעקומען. דאָס פארווונדעטע יונגעלע לעבן דער צעקלאפּטער אװטאָמאשין אפן שליאך הינטער דארניצע, װוֹהין עס האָבן אַטיאָט געדארפט ארײַן די דײַטשן, געלאָזט זיך מיטן פארכאלעשטן קינד אף די הענט צו דער ערשטער שטוב, װאָס איז געשטאנען ניט װײַט. האָט דער דאָזיקער אָװערקאָ מאט:אש מיט א צעשראַקן פּאַנעם באוויזן זיך בא דער צעפראלטער טיר פונעם גאנעקל און גענומען מאכן מיט די הענט:
49
-- ניין, ניין, גייט ניט אהער! איר װעט אונדז אומברענגען, מע װעט די שטוב פאר- ברענעף
ליאַניע האָט דעמלט, א באגאָסענער מיט שווייס. א פארביטערטער, העפקער בא זיך אליין, און װער װײסט װי טײַער בא זיך אליין, אָט דאָס טאקע א טראכט געטאָן: .אן על- טערער מענטש, און ציטערט אזוי פארן לעבן, פאר דער שטוב!י
לאריסקע האָט דאַ ארויסגעהאָלפן. דורכגעשטופט זיך א צאפּלענדיקע, מיט א זײַט צו דער טיר, האָט זי אױסגעשריען:
-- פע, װי שעמסטו זיך ניט, טאטע, זעסט דאָך.. טראָגט ארײַן דאָס קינה
העט שפּעטער, ווען ליאָניע האָט אָפּגעזוכט די מאטיאשס שטוב, שוֹין נאָך דעם, װי ער האָט זיך אומגעקערט פון לאגער און דערװוסט זיך בא יערעמיי פאָמיטשן, אז ער מעג אין אָט דער שטוב ארײַנגײין, האָט ער פארשטאנען, אז אַװערקאַ מאטואש האָט געהאט אין זינען ניט אזוי די שטוב אלס אזעלכע, און ניט זיך אפילע אליין אלס אזעלכן, ער האָט געהאט זײַן צאָרע---געבליבן שטעקן אין דארניצע מיטן ייִדישן װײַב און מיט דער טאָכטער -- איר טאָכ- טער.. די מאמע מיט לאריסקען זײַנען ניס לאנג פארן אָנהײב פון דער מילכאָמע געפאָרן צוגאסט צו קרויווים אין מאָלדאװיע, מע האָט קוים, פון איבערן פראָנט, דערקליבן זיך צוריק אהיים דעמלט, ווען ארויסרײַסן זיך פון קיִעוו איז שוין אומעגלעך געווען, און ווען אָװערקאָ סאמױלאָוויטש, וועלכער האָט געהאלטן, אז אויך צוליב דער מישפאַכע, װאָס װעט זיך עפשער אָפּזוכן און װעט בידעווען, איז גלײַכער, ער זאָל בלײַבן דאָ, ניט אוועק אף מיזרעך, האָט אָנגעשלאָסן זיך -- ליאָניע האָט געהאט אייניקע סימאַנים --אין דעם, צוליב װאָס אפאנאסי טימאַשטשוק איז געבליבן, און רעדוטני, און נאָך. װוױינען, װי פּריער, אין דארניצע האָבן אָבער די מאטיאשס ניט געקאָנט (אין באביייאר זײַנען די מאמע און די טאָכטער ניט אוועק), איז מען אריבערגעפאָרן קיין זשמערינקע, פונוואנען סײַ דער מאן, סײַ דאָס װײַב האָבן געד שטאמט. דאָ האָט אָװערקאָ סאמױילאָװויטש אוואדע געטאַן עפּעס-װאָס מער, איידער פירן דײַ- טשישע פראכט-צוגן -- דאָס, װאָס יערעמיי פאָמיטש האָט געװוּסְט וועגן אים, און די עטלעכע צעטעלעך, װאָס ניט עמעץ אנדערש, נאָר יערעמיי פאָמיטש האָט איבערגעגעבן ליאָניען פון לאריסקען, האָט אויך אָנגעװיזן דערוף. נאָר צאָרעס איז די מישפּאַכע ניט זשעדנע-- מע האָט דאָס װײַב. א קראנקע צי א קראנק געװאָרענע, געפּאקט און ארײַנגעװאָרפן אין געטאָ, לאד ריסע איז אועק מיט דער מאמען, װעןיניטיען כאפּט זי זיך ארויס פון הינטערן דראַט, דאָס אלץ איז גאנץ פארנעפלט, אין די בריוולעך האָט דאַס מיידל געקאָנט בלויז געבן אָנ- צוהערן וועגן איר איצטיק לעבן, און יערעמיי פאַמיטש, ביכלאל ניט קיין בארעדעוודיקער, האָט דאָס מאָל עפשער טאקע געהאט װײניק-װאָס צו דערציילן.
אָפּגעשטעלט האָט ליאָניען צו זאָגן עפעס ועגן זשמערינקע, אי װײַל ער האָט ניט גע- װוּסט, וי האלט עס בא מאטואשן, אי-- װי האלט ער מיט מאטואשן. וועלכער דער טערעץ װעט שוין ניט זײַן -- דעם עמעסן טערעץ װעט מאטיאש עפשער פּראָסט ניט זאָגן---נאָר טאָמער דערקלײַבט מען זיך צוֹ אים און ער קען ניט העלפן?.
נאָך איין זאך האָט אַפּגעהאלטן -- ס'האָט אים געצויגן, ליאַניען, צו לאריסקען, און טאקע װײַל אזוי, איז צי האָט ער אלדאָס אנדערע זיך ניט אײַנגערעדט---אז מאטואש קאָן העלפןז נאָכגעבן זיך, וען ער ריזיקירט ניט איינער, ער שטעלט אײַן די כאוויירים אויך? אָבער פאר- שװײַגן װעגן זשמערינקע, װען מע באקלערט, װאָס טאַן, האָט ער ניט געטאָרט. דערפאר, ווען סומוּיוויטער האָט גענומען ריידן ועגן זײַן דאָרף, און וועגן די בײַוּנאװער װעלדער, האָט ליאָניע באמערקט, אז יענע װעלדער מוזן ערגעץ נאָענט צוקומען צו די װעלדער ארום ליובאטש, זײַן היים, און אז דאָרט זײַנען דאָ אזעלכע ווילדע ערטער, װי דער טשאָרטאָראָי-- זיגק"באָדן, טאָרפיקע בלאָטעס; אז ער קען דאָרט מענטשן, װאָס מע מעג אָן שום מײַסעס קו- מען צו זי -- דעם אלטן לערער וויצעך קאזימיראָװויטש קוכארסקי, דעם וואלד-אופזעער גע- ראסים קוטאָװאָי. וי דערעכאגעוו, האָט ער דאָ טאקע צוגעגעבן;
-- אין זשמערינקע קאָן זיך אויך אַפּװכן א באקאנטער מאשיניסט---אָװערקאָ מאטואש..
-- אין זשמערינקעז -- ראזטשעפקין און סומויוויטער האָבּן זיך ניט אָנגעכאפט אין דעם-- עס האָט זיך באקומען, אז מע װאָלט גאַר דארפן גיין אף מײַרעװ, צו זשמערינקע איז מען ניט דערפאָרן. און ביכלאל, װי רוקט מען זיך דאָס אהין, װען מע קער דאָרט איצט גאָר אף אן אנדער מין אויפן נאָכקוקן און נאַכטשאטעװען יעדערןד
נאָר װידער טאקע ---דאָס אלץ זײַנען געווען פאָרלויפיקע רייד, באשלאָסן האָט מען נאַך גאָרניט, דערװײַל האָט מען געדארפט גיין און גיין, און אויסבאהאלטן זיך, און אופכאפן דעם מינדסטן שאַרך, אפילע ווען א פארשפּעטיקט בלעטל פאלט אראָפּ.
50
6 פונדעסטוועגן, ווען ס'איז אוועק נאָך א מעסלעס און מע האָט װידער געמוזט אָפּשטופן דעם טאָג, דאָס מאַל פארבאהאלטענע אין שטורעמברוך, האָט מען גע- נומען טראכטן, אז מער קאָן מען ניט, מע דארף ארויס צו מענטשן, כאַסשבי עטלעכע טאָ זײַן ערגעץ אונטער א דאך. די שטיקער קאָרע, די כװאַיע, וועלכע מע האָט אױסנעשפרייט אונטערן שטאם פון א גראָבן אומגעוואלגערטן בוים, װאָס האָט זיך פארהאלטן אף די מעכטיקע ארויסגעריסענע װאָרצלען, האָט גיך דורכגעזאפט זומפּיוואסער, און פון אויבן האָט אַן אום- הער געקאפּעט, דער רעגן האָט געגאָסן אָט שטילער, אָט שטארקער. מע איז פארקאָטשענייעט געװאָרן, דעריקער האָבן געליטן די פיס, ס'האָט זי מאמעש אָפּגענומען---דאָס שוכווארג איז דאָך פון פרזער געווען צעלעכערט, איצט איז זיך עס גאָר צעקראַכן און צו עסן האָט מען בלויז געקראָגן בלאָטעייאגעדעס, קליוקווע, האָט מען באשטימט: מע דארף מאכן א פרווה.. עפּעס האָט זיך אַנגעמערקט, און געקאַנט האָט עס אויסזען גאָר וילד, און דאָך האָט מען געטראכט װעגן דעם, װײַל מער איז. אייגנטלעך, גיט געווען וועגן װאָס צו טראכטן; נאָך אינדערפרי, װען מע האָט אָפּגעזוכט די דאָזיקע באהעלטעניש, איגאָר און ליאָניע האָבן ווייעס-איז גענומען אײַנאָרדענען א געלעגער, און וואסילי איז, װי דאָס האָט זיך שוין אײַנגעשטעלט, אוועק אין אויסשפיר, אַט דעמלט האָט מען אלע דרײַ, --וואסילי איז זיך געווען דאָרט, װױּ ער איז געווען:-- דערהערט: ועגענער פאָרן דורכן וואלד. באלד האָבן די וועגענער זיך אָפּגעשטעלט, עפעס האָט זיך דאָרט. גאנץ װײַטלעך, געטומלט, און ס'איז ווידער שטיל געװאָרן. סומויוויטער האָט זיך אומגעקערט און דערציילט: פינף פורן, געלאָדענע מיט האָלץ: בא יעדער פור--אן אָנטרײַבער און א רומענישער סאַלדאט, א וואך צי א קאַנװאַי, מיסטאמע א קאָנװאַי, װײַל---בא יעדער פור. דער וועג איז קוים א דורכגעריבענער, א וואל" דישער. פּלוצעם---טראך!---די ספּיצעס פון א ראָד האָבן זיך אױסגעשאָטן. אָט דאָס איז געווען דער טומל. איין סאָלדאט האָט גענומען שלאָגן מיט דער קאָלבע יענעם אָנטרײַבער, בא וועמען די ראָד האָט זיך צעבראָכן, און גראָד זײַן קאָנװאָיִר, דעם דאָזיקנס. װאָס האָט בא" קומען די קלעפּ. האָט זי גענומען אײַנשטעלן ---מע דארף ניט שלאָגן. און די אָנטרײַבער זײַנען מיט געלע לאטעס אף די פּלייצעס---יידן. צי װאָס? דאָס פורל שטייט אן אױיסגעשפּאנטס, דאָס האַלץ האָט מען אף די אנדערע וועגענער ניט אריבערגעטראָגן, אלע זיינען אוועק וויי- טער, איז װאָס זשע -- זאָל זײַן, מע האָט געװאָרפן דאָס פורל, צי עמעצער װעט קומען נאָך דעםז דערוופיל איז דאָס אלץ דערציילט געװאָרן סטאם, װי א שטיקל נײַס, און אפילע אזא, װאָס האָט עפשער געצווּנגען פארטראכטן זיך צי איז מען ניט צו נאַענט צום פורל, צום וועג? נאָר באנאנד מיט דעם איז בא. וואסילין עפּעס וי אופגעקומען אין קאָפּ, און מע האָט עס -- ליאָניע און איגאָר -- אופגעכאפט מיט יענער באזונדערער אינטונציע, װאָס דערוועקט זיך, בייס מע זוכט אן אוסוועג. עמעצער װעט קומען צום פורל --אזוי האָבן אלע דרײַ באשלאָסן, און כאָטש מע האָט ביז דעם, נעכטן, געזען אין וואלד א פּױער, װאָס האָט אף א האנט"וועגעלע געפירט היי, געזען אים, גאָר ער האָט קיינעם ניט געזען, און נאָך פרועה, אויך פארבאהאלטענע, געזען א פּױערטע, װאָס האָט געטריבן א קו מיט א קעלבל, האָט מען זיך צו די דאָזיקע ניט געווענדט, ניט פאנאנדערגעפרעגט זיי, װײַל -- װער ווייסט, עמשער ועלן זיי אפילע ניט קלערן אזיסגעבן. פּראָסט ארויסכאפן זיך, אז מע האָט עמעצן באגעגנט אין וואלד, נאָר אָט דאָס אויסגעשפּאנטע פורל האַט ניט געלאַזט צורו, סײַ װײַל מע האָט געמוזט עפעס פאָרגעמען, סײַ װײַל.. מע האָט עס דערנאַך פארשטאנען: אלץ האָט טאקע געשטעקט אין דער אינטווציע. גאַר לאנג טשאטעווען אין די קוסטעס, ניט װײַט פונעם פורל, איז ניט אויסגעקומען מע האָט דאָס געטאַן לוט דער ריי--- ליאָניע, איגאָר און װידער וואסילי. און אָט איז וואסילי געקומען א פארסאָפּעטער: מע איז װידער דאָ לעבן פורל. דער אָנטרײַבער, אונטער דער וואך פונעם רומענער, װאָס האָט אים ניט געלאָזט שלאָגן, האָט געבראכט צו קײַקלען א ראָה, ער לאָדט אויס די שװערע שײַט האַלץ. איז עפשער קלוימערשט אָנקומען מיטן וועג און העלפן אראָפּווארפן דאָס האָלץ, דערנאָך--- שטעלן די ראָדו טאקע ער, וואסילי, װעט דאָס טאָן. קארפּאַס מעסער האָט ער ---טאָמער נעמט דער רומענער מאכן שטיק, טאָמער טשעפעט ער זיך צו, און איגאַר און ליאָניע װעלן אכטונג געבן אין די קוסטעס, באװאָפּנטע מיט פלע- קענער. װאָס װעט זײַן די פּולעז מע קאָן באקומען א ביקס, קוילן, שוועבעלעך -- אין פאל, אויב דער סאַלדאט װעט זיך נעמען טשעפען, נאָר בעסער ניט אָנמאכן קיין ראש, בעסער זאָל אלץ צוגיין פרידלעך, דאן איז די פּולע-- דערוויסן זיך באס אָנטרײַבער, װוּ איז מען, װאָס טוט זיך ארום, און דעריקער--- עפשער װועט ער אייצען, צו װעמען מע מעג דאָ ערגעץ נאָענט אָנקלאפּן? טאקע װײַל ער איז אליין ניס אף דער פרײַ, װעט אים אזא פראגע ניט כידעשן, און אויסגעבן װעט ער ניט---ניט מיטן גוטן ווילן, ניט צופעליק, --װוער װעט אים
51
פרעגן, װער רעדט מיט אים, אז ער איז אונטער א קאָנװאָי, און דער רומענער -- דער װעט ביכלאל גאָרנישט ניט פארשטיין.
אזוי האָט מען געטאָן. וואסילי האָט זיך נאָך צוגעפּוצט אין ליאַניעס פאלטאָ און אין זײַן היטל, קעדיי אויסקומען מער ציוויל, אָפּגעגעבן אים די אויסגעריבענע פופײַקע. אומגע- קערט האָט זיך וואסילי מיט עטלעכע פּאפּיראָסן אין ארבל, א מאטאָנע פונעם רומענער, און מיט װיכטיקע נײַס: מע איז א קילאָמעטער דרײַצן פון זשמערינקע, נאָר אף דער רעכטער זײַט פון בוג, אינעם בראולאָווער וואלד. ניט װײַט אִיז א כוטאַר-- אַהין טאָר מען ניט פאר- קערעווען, דאָרט װוױינען וואלד-אופזעער, מאמעש היצלעס, די װעלן זיך צוטשעפען, צו וועמצן מע דארף און צו וועמען מע דארף ניט. אָבער נאָך א ביסל װײַטער, ארוף מיטן טײַך, איז דאָ א דאָרף רעקרוטי, דאָרט, אויב אָנקומען פון יענער-זײַט, װוּ עס שטייט א ווינטמיל, איז דאָס פינפטע הוז אף דער גאס. א געדעקטס מיט שיפער -- סיווירין באזלענקאָס, דעם בוכהאלטער פונעם אמאָליקן קאָלװירט, און פונעם איצטיקן, װער וייסט װאָס--א וירטשאפט, וועלכע די דײַטשן באנעמען קעסיידער, און דעם סטאראַסטע פונעם היגן קלויסטער -- צו אים מעג מען אָנקלאפן. אליין איז דער דאָזיקער, מיט דער געלער לאטע-- פון זשמערינקער געטאָ, עס זײַנען דאָ א סאך אזעלכע געטאָס אין די שטעטלעך באם בוג, װוּ די רומענער שטײען דאָס האָלץ פירט מען פאר דער זשמערינקער קאָמענדאטור. װי מע לעבט אין געטאָ?-- וואסילי האָט, עפשער אליין ניט באנעמענדיק עס, א בליק געטאָן אף ליאָניען, -- װי ביכלאל אין א קאָנצלאגער, נאָר מיט די מישפּאָכעס, און דאָס איז שוין גאָר א טראגעדיעיי
7 סיווירין באזלענקאָ, צו װעמען מע האָט אָנגעקלאפּט שפּעט אין דער נאכט, איז געווען א הויכער, א שמאַלפּלײציקער מיט א געגאָלטן, ניט קיין גרויסן קאָפּ, מיט קליינע אױיגן-שפּעלטיקלעך און מיט א טיפן סימען פון א בריל אויבן אף דער נאָז, מיסטאמע, װײַל ער האָט די ברילן ניט אָנגעטאַן, האָט ער זיך אזוי געזשמורעט קעגן דער שוואכער שײַן פונעם גאז-לעמפּל, מיט וועלכן ער איז ארויס אין פאַרהײַזל. אָנגעקלאפּט האָט, אייגנט- לעך, און איז דער ערשטער אַרײַן אין פאָרהײַזל סומויוויטער. ליאָניען און ראזטשעפּקינען, װאָס האָבן געווארט אין סעדל, צװישן טונקעלע ביימער, האָט מען עטװאָס שפּעטער ארמנד גערופן, און זי האָבן שוין לוט די װײַטערדיקע ווערטער פונעם באלעבאָס פארשטאנען, װי עס איז דאָ צוגעגאנגען פרנער. -- װאָס זשע טוט מען מיט אײַך, מיט דרײַען---האָט שטיל מאמעש געקלאָגט זיך באזי לענקאָ, -- שטענדיק אזוי--- איינער קלאפּט אָן, און אז דו זאָגסט: מיילע, קום ארײַן", ברענגט ער נאָך איינעם, צי נאָך צוויי. אײינציקװײַז גיין װאָט עפשער בעסער געוען?-- און אליין געענטפערט, א זוך געטאָן מיט די פינגער די הוילע, געקנייטשטע פּאָטיליצע, -- באהיט גאָט, איינער אליין איז שוין מיסטאמע אינגאנצן מארקאָטנע צו גיין-- אין שטוב האָט ער ניט ארײַנגעפירט, געזאָגט -- מע שלאָפּט שוין. דאָס איז ער זיך פאר- זעסן בא די כעזשבוינעס, דערפאר האָט דאָס לעמפּל געבלימעט אין קיך. מע װאָלט קאָנען א וועק טאָן די שטוביקע, פאנאנדערבינדן א סנאָפּ שטרוי אין קיך, איז װידער זשע-- ווען איינער. אינדערפרי קאָן זיך ארײַנכאפן עמעצער פון דער היגער נאטשאלסטװע, איז װוּ וועסטו זיך אהינטאָן מיט דרײַען? אַנקלאפּן צו די שכיינים, פאראן אזעלכע -- אויך שפּעט. ניט אזוי דער שפּעט, וי דאָס װעקן, בא יעדן איז א הונט אין הויף---דאָס האלט ער, סיווירין, קיין הונט ניט, אז ארום זײַנען אזויפיל הינט אף צוויי פיס. װאָס זשע העלפט שוין, אוב אף פיר? איז, װײַזט אויס, גלײַכער פון אלץ--אין דער סטאָראָזשקע באם קלויסטער, אגעוה זײַנען דאָרטן דאָ מענטשן.---באזלענקאַ האָט דאָס אלץ באהאנדלט מיט זיך אליין, װוידער און ווידער צוגעטראָגן די פינגער צו דער פּאַטיליצע, נאָר דאָס פּאָנעם זײַנס, א לענגעכיקס, א קנייטשיק-פולס, האָט הינטער דער פּויערשער פּראָסטקײַט, װאָס איז אף דעם אױסגעגאָסן געווען, פארטײַעט אי געדאנק, אי זאָרג, אי מילדקײַט,--מענטשן זײַנען דאָרט דאָ, -- האָט ער איבערגעכאזערט און אזוי א קוק געטאָן אף די דרײַ לוט דער ריי, װי ער זאָל יעדן זאָגן: ,איר פארשטייט דאָך, אוב מע איז דאָרטן דאָ, און איך פיר אײַך..* נאָר עפּעס איז אין זײַנע אויגן, און אין דעם, װיּ ער האָט שווערלעך אן אָטעם געטאָן, געבליבן ניט דערזאָגטס, ועגן עפּעס האָט מען זיך נאָך געדארפט דערװיסן מע איז געווען מיד ביזן לעצטן גראד. דאָס נאסע אָנטאָן, װאָס האָט שוין אזויפיל מעסלעס ניט אויסגעטריקנט זיך, האָט צונויפגעקלעמט דאָס לײַב, די זויערלעכע ווארעמקײט, װאָס האָט זיך דערטראָגן דורך דער קיך-טיר, וועלכע איז, אן ארומגעשלאָגענע מיט שטרוייקרענצ- לעך, געבליבן עטװאָס אָפן, האָט מאמעש געוואלגערט פון די פיס, געפּלעפט דעם מויעך, מע
52
איז גרייט געווען אומפאלן דאָ, אין פּאָרהײַזל, און נאַכגײן אָן א זין דעם דאָזיקן. מענטשן איז מען גרייט געווען, וויפל מע װעט דארפן, װײַל וועמען נאָך גייט מען אַן-
ער האָט געזאָגט, װי דערעכאגעוו, נאָר מיט לעבעדיקער זאָרג אין די אױגן;
-- איך פארשטיי, אז איין נאכט װעט פאר אײַך זײַן װײיניק, מאָרגן ועט איר ווארשליג- לעך ניט גיין װײַטערז
-- ער ווייסט, -- דאָס האָט ראזטשעפּקין געפּרוּװוט א שפּאס טאָן, -- װער ווייסט, װאָס פאר א געלעגער עס װועט זײַן.
-- און װאָס פאר א וועטשערע, -- סיווירין האָט אונטערגעכאפּט דעם שפּאס, פארשטאנען, אז אָט דער שווארצער מוז זײַן דער קאָמאנדיר, און, אײַנקוקנדיק זיך אין אים, מיט קוים אונטערגעשטראָכענער כשיוועס צוגעגעבּן, --באלד, ווארט צו, װעל איך שטילינקערהייט א נישטער טאָן אין מײַן אלטערס טעפּ. אָקרעפּ װעט מען קאָנען דערווארעמען דאָרטן, אף אן אָרט.
גענומען דאָס לעמפל מיט זיך, האַט ער ניט לאנג געזאמט זיך אין קיך, אומגעקערט זיך שוין פון דער פינצטער ---אויסגעלאַשן די שײַן, מע שלאָפּט טאקע, אומגעקערט זיך מיט א פּעקל אין דער האנט-- דער לינקער אָרעם איז שפּיציק אופגעהויבן געווען, אָפּגעזוכט, ריכ- טיקער, אָנגעטאפּט ראזטשעפקינען בא דער טיר, קיין טאָעס ניט געהאט, און געזאָגט צו אים שטיל, נאָר אזוי, אז מע זאָל פארשטיין -- ער מיינט אלע דרל:
-- דאַרט זײַנען ייִדן, אין דער סטאָראַזשקע. זשמערינקער. יענער, װאָס האָט אײַך געראטן אַנקלאפּן, װייסט דאָס. און אלע וייסן-- שניצער זײַנען זײי. מע שניצט אן איקאָנאָסטאס מיט א ,קייסער-טיר" און אלדאָס איבעריקע פארן קלויסטער. איר װעט שוין זען. דער בא- טיושקע איז בא אונדז א יונגער, ער שלאָפט לאנג. און ביכלאל איז ער ניט קיין בייזער. נאָר מאלע װער עס קאַן ארײַנקומען. איך װעל אײַך אופהייבן מיט די הענער. איר װעט אוועק צו די, מיט וועמען איך װעל איבעריידן. איינציקװליז. איר װעט וויסן, װוּ ווער עס געפינט זיך. װײַטער -- וי איר װעט פארשטיין. גיין װעלן מיר ניט קיין קופּקע. איך -- דער ערשטער, נאָך מיר -- נאָך איינער. דורך די גערטנער. נו, מע דארף אײַך, כעוורע, ניט לערנען..
די באקאנטשאפט מיט די, װאָס זײַנען געװען אין דער סטאָראָזשקע, איז פאָרגעקומען גאַר פּאַשעט און איז אזוי װי ניט פאַרגעקומען ביכלאל. סיווירין האָט געהאט א שליסל פונעם אינערלעכן שלאָס און ניט געדארפט קלאפּן. אריבערגעטראָטן די שװעל און שטיין געבליבן א ביסל אן אָנגעבױגענער, דורכגעלאַזט די דרײַ, װאָס ער האָט געבראכט, א טראָט, צוויי טריט פאר זיך, האָט ער א רוף געטאָן אין דער טונקלקײַט, װאָס האָט א צעפּאָלאָכעטע זיך צעוויגט פונעם דינעם פלעמעלע-- דער צינדמאשינקע אין זײַן אויסגעשטרעקטער האנט:
-- כאצקל-- שלאָפּסט? ניין? מאָזעס-- איר שלאַפּט: העניע --הערסט? דאָ האָב איך גע- בראכט מענטשן, זיי װעלן איבערזײַן ביז קאיאָר.
אין דער רויטלעכער טונקלקײַט, פונוואנען עס זײַנען ארױיסגעשװוּמען אלטע וואנט- בערווענעס מיט אָנגעקלאפּטער קלאָטשע צווישן זײי, א סטעליע מיט א לאָך, װאָס פירט אפן בוידעם, א שטױביקער דיל, איפארשאָטענער מיט קליינע סטרוזשקעס, מיט שטענגעלעך היי, א פענצטער, א פארהאנגענער מיט א רעדנע, לעבן וועלכן עפּעס האָט געסטארטשעט, װי א מענטש די הייך, פארוויקלט אין שמאטעס, דאכט זיך, אָנגענעצטע,---מעבלו--א טיש, א קורצע באנק, צי אפילע צוויי בענק, נאָר דאָס אלץ מיט עפּעס פארוואלגערט, -- אָט אין דעם דאָזיקן שווארץ-רויטן קרײַז האָט זיך צוערשט דערהערט א פרויישע שטים: .ער שלאָפּטו", און א מאנצבלשע, מיט א הוסט: ,ניין, מע האָט נאָר צוגעמאכט דִי אויגף", און א דריטע שטים -- ניט קיין דײַטלעך מורמלען.. די שטימען זײַנען געקומען פון דער הייך, אזוי װי פון אן אפן אויוון און פון א לעזשאנקע---דער אויוון, א גרויסער, וי געוויינלעך אין דאָרף איז געשטאנען לינקס פון דער טיר, נאָך דער דייזשקע מיט וואסער, נאָך דעם היפּשן אָבע- רעמעק האַלץ אפן דיל, און איז אויסגעקערעוועט געווען מיטן פּריפּעטשיק אין צימער ארײַן, דעם איינציקן פון דער סטאָראָזשקע.
דערזען האָט מען בלויז די עלטערע פרוי, און דאָס אויך נאָך דעם, װי סיווירין האָט געפרעגט:
-- דער טשײַניק איז נאַך עפשער ווארעם, העניע, צי מע דארף אים דערווארעמען?
-- באלד, מיסטאמע אויסגעקילט...-- זי האָט זיך באוויזן פון הינטערן-אויוון, א קליי- ניטשקע, אן אײַנגעשרומפּן-דארע, מיט אן אפגיך צונויפגעדרייטן קובליק, פון וועלכן דער שפּיץ פון א צעפּל האָטס געשטעקט. א רײַב געטאַן מיט די אָדערדיקע הענט דאָס פּאָנעם, די אויגן, װי זִי זאָל זיך וואשן, האָט העניע עטלעכע װײַלעס באקוקט די געקומענע, שװײַגנ-
58
דיק צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ, ניט צו וויסן---ס'איז מיטלײַד צי בארויגעזדיקער פארדראָס-- און גענומען אייסעקן זיך באם פּריפּעטשיק.
דערנאָך, ווען מע האָט זיך שוין צוגעזעצט אף דער באנק, פון וועלכער סיווירין האַט פאָרזיכטיק איבערגעלייגט שטיקלעך טרוקן האָלץ און שניצערײַען אפן טיש, אויך א פארוואל- גערטן מיט דעם זעלבן, האָט מען דערזען א שווארצע, ניט קיין גרויסע באָרד, װאָס האָט געשטעקט פון אונטער דער פּאָלע פון א מאנטל, מיט וועלכן דער, װאָס איז געלעגן אף דער לעזשאנקע, האָט זיך צוגעדעקט (אף דער פּלײיצע פונעם מאנטל--א געלע לאטע). געװען איז ער זײיער א לאנגער, דער דאָזיקער, וֶועמען די באָרד האָט געהערט,--די פיס אין צעריסענע שקארפּעטקעס האָבן זיך ארויסגערוקט פון אונטער דער צװייטער פּאָלע און די לעזשאנקע האָט פאר זי ניט געקלעקט. מע האָט אויך דערזען אן אויסגעדארטן מענטשן, א באיאָרטן, א טונקעלן, װאָס האָט, א ליסער, מיט שווארץיצעקודלטע האָר ארום דער ליסינע און מיט גרויסע, טונקעלע, מער אומעטיקע, װוי אומרויקע, אויגן געגעבן א קוק אראָפּ פון אפן-אויוון.
סיווירין איז אוועק, ווען מע האָט זיך דערעדט, אז שלאָפן וועלן די געקומענע אפן בוידעם, דאָרט איז דאָ א ביסל היי, און דעם לייטער װעט מען צונעמען ארוף, טאָמער װאָס-- גליטשט מען זיך אראָפּ אין דער עפענונג צװישן דער דרױיסנדיקער וואנט און דעם דאך, װוּ עס פעלן צוויי ברעטער, -- די עפענונג האָט מען באקוקט, װען מע איז געגאנגען אהער.
מע האָט שװײַגנדיק אָפּגעגעסן דאָס, װאָס סיווירין האָט געבראכט -- קאלטע שטיקלעך פלייש, קנישעס פון קאָרענער מעל, פארטרונקען מיטן אָנגעווארעמטן וואסער, א פארפרא- װועטן מיט עפּעס א מין גראָז, און ארוף אפן בוידעם. געלייגט האָט מען זיך צווישן לעזשאק, נאָך א ווארעמען, און דער לאָך, װאָס האָט געפירט אין סטאָראַזשקע-- פון דאָרט איז אויך געקומען א ווארעמער שטראָס. ליאָניע האָט זיך עטװאָס פארהאלטן, װוען מע האָט צונויפגע- שארט דאָס היי, און איז דערפאר ליגן געבליבן בא א זײַט, נאָענט צו דער לאָך אין סטעליע. וואסילי און איגאָר זײַנען אײַנגעשלאַפן, װי נאָר מע האָט מיט די קעפּ זיך צוגעטוליעט צוֹם שטעכיקן צוקאָפּנס, ליאָניען האָט דער שלאָף ניט גענומען: ער האָט א צעערגערטער געטראכט וועגן די מענטשן, װאָס זײַנען געווען אונטן. מיטאמאָל האָט זיך פון דאָרט דערהערט א װאָ זעניש, א קרעכצן, עמעצער האָט זיך געדרייט, אזוי װי אף דער לעזשאנקע, און באלד -- אף יוִדיש, ניט הויך:
-- רעב כאצקל, איר מיינט---איר און העניע---איך שלאָף? איך שלאָף ניט. ס'שוין ביז אינדערפרי:
-- יאָ;-- דאָס איז געקומען פון אפן-אויוון, ---די נאכט איז לאנג, װי דער גאָלעס. און נאַך דערצו ---א צעשלאָגענע נאכטוּ
ליאָניע האָט פארטײַעט דעם אָטעם: ויפל צײַט האָט ער שוין ניט געהערט אָט דאָס לאָשן, אזעלכע פּראַסטע ריידוּ
ווידער דער, װאָס אף דער לעזשאנקע, ער האָט זיך אופגעזעצט:
-- איר האָט געזאָגט, רעב כאצקל, מיר זײַנען נאווענאדניקעס. איז אָט האָט איר נא- ווענאדניקעס. עמעסע'.. אײַער מאָרדכע ליוואק, אשטייגער, װאָלט אוועק מיט אזעלכעד
-- מאָרדכע! די דאָזיקע האָבן אזוי װי גאָרנישט ניט בא דער נעשאָמע. יענע, װאָס ער האָט זיך צו זיי געבעטן, האָבן געהאט געווער. נעמט מיך, כעוורע, צו זיך-.
-- נוז
-- נו, איז ווייסט איר דאָך. זי האָבן געזאָגט: װוּ װעלן מיר זיך מיט דיר אהינטאָן, מע װעט דיך באלד דערקענען.
-- און די גלאָז בראָנפן, מיט װועלכער מע איז אים מעכאבעד געװען, האָט ער אויסי געטרונקען?
-- אויסגעטרונקען. מאָרדכע קאָן. אוֹן ער האָט אויך געטרונקען אפצעלאָכעס דעם קאָנ- װאָי. דעם קאָנװאַי, די רומענער, האָבן יענע ניט געטשעפּעט, נאָר קיין בראָנפן ניט געגעבן. אז מע איז אריבערגעטראָטן די שװעל צום לעסניטשי, מע איז דאָך, װי אלעמאָל, געקומען נאָך האָלץ, און דערזען די כעוורע באם טיש, דרײַ צי פיר,. מיט קאראבינען, אוועקגעשטעלטע צװישן די קני, מיט גראנאטעס, איז איינער פון קאָנװאָי, ער איז אויך ארײַן אין שטוב, געבליבן ניט טויט, ניט לעבעדיק. װײַטער איז אלץ פּאָרגעקומען, װאָס מע דערציילט וועגן ליוואקן.. װער ווייסט ביכלאל, װער יענע זײַנען געװוען, אויב מע קערעװועט זיך אָפּ פון א מאָרדכע ליוואקז
העניע:
-- ער זאָל זי כאָטש צונעמען קאיאָר, סיווירין, די דאַזיקע. מע איז דאָך אויסגעשטעלטו
54
יענער, אף דער לעזשאנקע, האָט שטיל א לאך געטאָן, ער האָט שוין עטלעכע מאָל אזוי געלאכט, נאָר איצט איז דאָס אויסגעקומען סקעפּטיש, ביטער, כאָטש סײַ דאָס, סײַ יענץ האָט, קענטיק, ניט געמיינט אומיטלבאר דעם ענטפער:
-- ער װעט זי צונעמען. ער װײיסט ניט, װאָס דאָ קאָן זײַן ס'דאָך שוין געווען..
-- געווען, אוי, געװען! אז ער האָט מיך גענומען שמײַסן מיט דער נאהײַקע, דער דײַטש, װאָס איז אהער ארײַנגעקומען, די רעציכע ברענט אין אים, און העניע ווארפט זיך ארום אים' װי א קװאָטשקע ארום א צעיושעטן הונט, זי שטעלט אונטער די הענט, די אייגענע פלייצע אונטער דעם רימען מיט בלײַ אפן שפיץ, הָאָב איך גענומען שרײַען: גאָטעניו, פארװאָס קומט דאָס מיר, פארװאָס זע איך דאָסו" און איצט טראכט איך אויך, שוין ויפל איך ליג אין ווייען -- פארװאָס קומט דאָס אונדז
אף דער לעזשאנקע, אלץ מיט א ביסעלע סארקאזם, נאָר א מער בוילעטן, װי פריער, און מיט מער ביטערקײַט, באטריבטקײַט:
-- אונדז---דאָס מיינט איר זיך און העניען, כאצקל, צי אונדז אלעמעןז
-- כ'מיין אלץ, הער נײַשטעטיק, אלץ ארום און ארום.
-- אלץ... -- ידער א קורצער לאך פון איינעם, װאָס האָט נאַך דעם איקער ניט געזאָגט, און קלערט, צי זאָל ער אים זאָגן, מע דארף אים קענען פארשטיין, דעם איקער, אזוי װוי ער' און פונדעסטוועגן, נאָך א קליינער פּאוזע, אפילע מיט א גוטמוטיקן שמוך אין קאָל:-- אײַך זײַנען עפשער געקומען די מאלקעס, כאצקל, כאָטש גאָט האַט אויך צוגעשיקט די פויערים, װאָס האָבן אײַך פארשטעלט פונעם דײַטש. איין קלײיניקײַט --א ייד שניצט דעם איקאָנאָסטאס פאר א קלויסטער, די .קייסעריטיר", דעם אמװאַן, װוּ דער גאלעך װעט האלטן דראַשעס און פּרעפּלען מיט דער קאדילע, און אים אליין, דעם געקרייצטן, דארף ער נאָך אויסשניצן-= קומט, דערװײַל אַף דער-וועלט, מאלקעס, אוֹן אף יענער-וועלט װעט מען שוין זען.. נאָר איר זאָגט -- אונדז, אלעמען, --איז האָבן מיר דאָך קלוימערשט, אזוי איז אָפּגערעדט בא דער וועלט, געהאט א שײַכעס צו דעם, װאָס פּאָנטי פילאט---איר האָט געהערט פון אזאז--- האָט אָפּגעטאָך..
-- כ'האָב ניט געהערט.
-- א רוימעה, ער האָט אים געקרייצט, דעם, װאָס איר דארפט אויסשניצן.
-- הא!-- איצט האָט שוין אין כאצקלס קאָל זיך דערהערט אזוי װי א שמייכל--אן אנטוישטער, -- און איך טראכט -- וועמען מײינט אירז אָבער איר קלעפּט אים דאָך פאר מיר, יענעם. איך װעל בלויז שניצן לױט דער מאַדעל. אײַער כעט אין עפשער גרעסער! כאָטש, -= שוין ערגסט, מיט א בראָך אין דער שטים, -- מע זאָגט-- קאָרכאכאָ; סאיז טאקע קאָרכאכאָ, באצווונגען..
אֹף דער לעזשאנקע:
-- איך װײיס ניט --יאָ, צי נין --א פאוזע װען מע טראכט, װען מע איז פול מיט עמעסע ספייקעס, וועלכע, אוב מע פארשטייט זי אליין, איז מען ניט זיכער, אז יענער, צו וועמען מע רעדט, װועט זיי פארשטיין, -- אזוי איז ארויסגעבראכט געװאָרן דער .איך ווייס ניט"ו נאָר ענדלעך, מיט א היפשן גראד פארטײַעטקט:-- װאָס זאָל א מענטש טאָן,. אויב מע האָט פאר אים און פאר אנדערע אָפּגעפאסקנט עפּעס. באשטימט עפעס מיט טויזנטער יאָרן צוריק, אוֹן ער קאָן דערמיט ניט מאסקים זײַן, ס'איז כוץ לעדערעך האטעווע און כוץ לעדערעך האָױלאָסוּ נו, האָב איך. דער טשערנאָויצער אילוי, װאָס האָט באקומען סמיכעס אף ראבאַנעס, --און בא װעמען! --בא דרי געוינים, אין פּוילן, מיילע, איך װעל זי אײַך ניט אָנרופן, -- איך האָב אי געהאט אָט דעם שטשערב, די פעגימע, און ניט געטאָרט, ניט געװאָלט טראכטן וועגן דעם, װאָס זיצט אין מיר, אי געטראכט, װער ייסט פארװאָס מער = טאקע, װײַל מע האָט ניט געטאָרט, צי װײַל כ'האָב ניט געקאָנט... און אזוינס שפארט ארויס פרזער אָדער שפּעטער. ס'האַט פון מיר ארויסגעשפארט. ס'איז מיר פאָרט װײניק געװען שניצן כאנעקע-דריידלעך, -- װאָס -- דריידלעךז אנטיקלעך!--ס'איז מיר װײניק געווען מאכן גיפסענע מאָדעלן פאר כאנעקעלעמפלעך, מענוירעס, אפילע אויסצאצקען אן אָמעד, א מיזרעך- וואנט, אויסקלעפן אָרנאמענטן, איבערגעשאָטענע מיט פייגלען און כײַעס, דערבײי זאָלן זי אויך ניט גאָר ענלעך זײַן אף עמעסע פייגלען און כײַעס, נאָר אויסקומען מער מײַסעדיקע, == אז איך בין אוועק אף וועלטלעכע דראָכים, איך האָב פאַרט נאָכגעגעבן דעם שעד, געשאפן, וי זאָגט מען עס, געטער צי אָפּגעטער, א מאך געטאָן מיט דער האנט אפן לוי טאאסאָ לעכאָ פּעסעל"י, כ'האָב געלעבט, איז דער שעד מיר נאַכגעגאנגען פוסטריט, און אונטערגערוקט מיר,
* זאָלסט זיך ניט שאפן קיין אָפּגאָט.
58
שוין אין ווין, װוּ כ'האָב שטודירט, דעם פינצטערסטן שאָלנעך זײַנעם.. זײַנעם: דעם מאלעכ- האמאָוועסעס שאָללעך--
כאצקל האָט צי געוואָלט ארײַנדרינגען אין דעם, װאָס דאָ איז געזאָגט געװאָרן, צי פּראָסט װײַזן. אז ער הערט, דערפאר האָט ער זיך אָנגעכאפּט קימאט פארן לעצט
-- אין ווין? איר זײַט אויסגעווען א װעלט.
-- א וועלט, ניט קיין וועלט. א װעלטעלע. און אַנגעטראָפן אין דער טראנסניסטריע, קיין זשמערינקע, אין געהענעם.--
מע האָט לאנג געשוויגן אין דער סטאָראָזשקע, און ליאָניע האָט שוין געמיינט -- מע שלאָפט, צי מע האָט באשטימט שלאָפּן. ער האָט זיך געפּרוװוט פאנאנדערקלײַבן אין דעם, װאָס ער האָט געהערט. װער פּאָנטי פילאט איז געוען, האָט ער געװוּסט, װאָס פאר א שעד סיהאָט געפאנגען יענעם מאַזעסן (דערװײַל איז פאר די אויגן געשטאנען בלויז א קורצע, שווארצע באָרד, מיסטאמע א געגרײַזלטע, לאנגע פיס אין צעריסענע שקארפעטקעס, א געלע לאטע אפן מאנטל), װאָס ער מיינט, יענער, איז אויך קלאָר געווען ---געזאַלט ווערן א ראָװ, געװאָרן א סקולפטאָר, צי ניט געװאַרן ניט דאָס און ניט יענץ. נאָר עפּעס האַט ער ניט דערזאָגט, עפשער װײַל כאצקל ווייסט דאָס שויף? ליאָניע האָט קימאט נאָכגעגעבן דעם שלאָף, װאָס האָט אים א מאָרע געטאָן, נאָר דאַ האָט זיך װידער דערהערט מאָזעס נײַשטעטיקס קאָל:
-- איר בייזערט זיך ניט, העניע, װאָס איך וועק אײַרז
-- אײַ, הערט שוין אוף!--און כאָטש דאָס האָט אויך געקאַנט הייסן: שװײַגט בעסער", האָט יענער, װאָס אף דער לעזשאנקע, צי אופגענומען דאָס אנדערש, צי באשטימט ניט רע- כענען זיך דערמיט -- ער איז געװוינט, מע זאָל אים הערן מיט כשיוועס, און ער קאָן אויך ריידן צו זיך אליין, עס רעדט פון אים ארויס-
-- איך טראכט. ס'איז דאָ די ערד, אין וועלכער איך װעל ליגן---אויב ניט אין רעקרוטי, עפשער ניט, איז אין זשמערינקע. װױּ נאָך: שוין דאַ דער װאָרעם אין דער ערד, װאָס װעט מיך עסן. אָבער קיין מאצייווע, קיין דענקמאָל איז פאר מיר ניטאָ, ס'הייסט, דער מאטעריאל אפילע איז ניטאָ. און ער, מאָטל באָריישאָ, דער פּלאָעשטער ייִד, מע האָט אונדז דעפּאָרטירט אהער צוזאמען, װעט האַבן א דענקמאָל -- איך קלעפּ אים שוין. איר, כאצקל קערזשנער, װעט אים אויסשניצן פון דעמב. און זײַן װעט ער אפן ציילעם דאָ; אין קלויסטער, מע װעט קוקו אף אים מיט גאָטספאָרכטיקײט, מיט פארוויינטע אויגן.. איך האָב אים גוט געזען מע האָט מיך, ווען כ'בין געשיקט געװאָרן אהער, ארױיסגעלאָזט דורכן צענטראלן טױער פוֹן דער געטאָ, און געקרייצט האָבן אים די דײַטשן -- צו די דײַטשן האָט ער זיך געפאקט -- דאָרט טאקע, אפן פּלויט, אף די גאָרבוליעס; באשלאָגענע מיט שטעכדראָט. די קינסטלער פון דער גאָרער ועלט, ווען זי מאָלן צי זי קלעפּן אויס דעם געקרייצטן יעשוע, יעזוסן, באמיען זי זיך איבערגעבן דעם לעצטן הויך זײַנעם, די לעצטע ערדישע אנגסטן פאר דעם, װי עס קומט די הימלשע פרייד, די הימלשע ליכטיקײַט. און איך האָב מאָטל באַרײשאָן געזען, ווען צו דער לעצטער מינוט איז נאָך זייער װײַט געווען -- שרײַען האָט ער שוין ניט געקאָנט, נאָר געקוקט אף מיר פון דער זײַט מיט האלבפארמאכטע אויגן, און יועשדיק, מיט שמערץ, נאָר אָן פאד כעד--- הערט, אָן פּאכֿעד!---אזוי װי א מאך געטאָן צו מיר מיטן קאָפּ, פון וועלכן דאָס ביסל האָר, ער איז קימאט א ליסער, איז מיט א דינער פאסמע אראָפּגעפאלן אפן שטערן. ס'האָט גערעגנט, און די בגאָדים אף אים זײַנען צוגעזאָטן צום לײַב --געוויינלעכע הױיזן, א געד וויינלעך העמדל און א געוויינלעכער פידזשאק, אזוי װי ער האַט זיך ארויסגעכאפּט פון געטאָ אף דער דײַטשישער זײַט, צו קריגן דאָס ברויטל, מיט וועלכן ער װאָלט ניט קאָנען אָנהאַדעװען די גאנצע איידע, װײַל די גאנצע איידע איז דאָך די געטאָ, נאָר די פינף קינדער זײַנע און דאָס װײַב װאָלטן א טאָג, צוויי עטװאָס זאטער געװוען.. אזא קלעפ איך אים, כאצקל, און איר זאָלט אים שניצן אויך אזאמינעם, און דאָס פּאָנעם װועַט זײַן -- מאָטל באָרײשאָ: א באָרד, א לענגערע איידער עס איז אָנגענומען, און ער איז ניט אזוי יונג, א יאָר פופציק, נאָר ביי כלאל ---אן איידל פּאָנעם, און שווערע לייד, װי בא יעשוען:
דאָס שװײַגן דאָרט, אין דער סטאָראָזשקע, האָט געדארפט אויסזען אזוי: כאצקל איז אוואדע געווען פארלוירן, װער װײיסט, װי עס װעט דורכגיין דאָס אלץ, עפעס װעלן דאַך מענטשן קוקן, װאָס עס װוערט געקלעפּט, געשניצט: העניע-- זי איז פּאָשעט מינאסטאם גע- לעגן מיט א פארזאָטן הארץ און געקוקט אפן באלקן פון דער נידעריקער סטעליע! מאָזעס-- בא אים האָבן געדארפט זײַן הייסע, באגײַסטערטע אויגן, אוואדע איז ער געזעסן, אײַנגעי קלאמערט די פינגער אין דער באָרד און געקוקט אין דער נאכט, דורך די פינצטערע ווענטיי נאָר אָט האָט װידער זיך דערהערט נײַשטעטיקס צוגעשטילט-קלינגעוודיק קאָל:
-- לאָמיר באקלערן אזויגס. בא די פאשיסטן קאָן מען ניט אופהערן זײַן א ייד אין
56
ערגסטן זין פון װאָרט --װער דו זאָלסט ניט זײַן, פארניכטן דארף מען דיך. בא די יידן קאָן מען ניט אופהערן זײַן א ייד אין בעסטן זין פון װאָרט---אפילע א מעשומעד בלײַבט א ייַד, ער װעט אופשטיין טכיעס-האמייסים אין מאַשלעכס צײַטן. יעשוע איז אויך געבליבן א ייִד. באלד, באלד. נאָך אזא געדאנק: פון צוועלף טאלמידים יעשועס איז איינער געווען ניט קיין גוטער מענטש, איז פארװאָס זשע דארף מען אורטיילן ועגן אונדז לוט דעם איינעם, ניט לױט די עלף גוֹטע, און ניט לױט יעשוען אל נאָר די פאשיסטן גייט די עמונע ביכלאל ניט אָן, זי האָבן גענומען דאָס, װאָס די עמונע האָט געשאפן, -- די סינע, און ארי- בערגעטראָגן די סינע אף עפּעס אנדערס --אפן שטאם.. יאָ, איז אָט װיל איך זאָגן װועגן גיירים. געווען בא אונדז גיירים אויך, אין אייניקע צײַטןן---מער, אין אייניקע -- װײניקער. און עס װערט אפילע געשריבן װעגן גיירים פארשיידן. אין איין סייפער: .קאָשים גיירים לעיוסראָעל קעסאפּאכאס" -- די גיירים זײַנען שװער פאר ייסראָעל, װי קרעץ. דאָ װערט געמיינט: זיי ברענגען מיט זיך פרעמדע מידעס, געװוױינהײטן. און רעב הילעל, און די טאי נאָזם, רעב אקיווע, רעב שימען בען יויכאָי, זי האָבן געהאלטן פון גיירים. װײַטער: .דער גער איז ליבער בא גאָט, איידער א ייד". איז אָט האָב איך געמיינט: א גער. ער קומט צו מיר דאָרט, אין ווין, כ'האָב אײַך שׁוֹין איינמאָל געזאָגט---װער, און בעט, אז איך, א ראָװ אָן אן איידע, און עס באקומט זיך---א וועלטלעכער מענטש, װאָס האָט פון ראבאָנעס זיך אָפּגעקערט, זאָל אים לערנען די ייַדישע מידעס, ביידע לעשוינעס אונדזערע, ער זאָל קאָנען פארטיפן זיך אין דעם, װאָס איז אונדזער גרױסקײַט און לייד. האָב איך אים געלערנט. קיין מאסמיד איז ער ניט געווען, דאָס האָב איך גאָר אינגיכן פארשטאנען, נאָר אזוי זיך, װי זאָל איך אײַך זאָגן --אזא, װאָס אז ער בײַסט זיך אײַן אין עפּעס, איז כאָטט א ברעקל, נאָר אַפּבײַסן װעט ער. מיילע. געצאַלטס? סכארלימעד! כ'האָב דעמלט, קאָן עס הייסן, געליטן דאכקעס, שטודירט עקסטערנע, נאָר ניט ארויסגעקוקט אף זײַנע דרש מארק פֿאר דער לעקי ציע, אָפּטלעך האָט ער זיך געמאכט ניט ויסנדיק, האָב איך צוגעשוויגן. אזוי איז עס געגאנ- גען. קיין גער, זע איך, װעט ער ניט זײַן, און ניט דאָס איז מיר אָנגעגאנגען, נאָר-- זאָל זײַן א פרײַנט אונדזערער... ערשט, מע װײַזט מיר אָן אף אים, נאָך דעם, װי ער איז שוין עפשער א האלב יאָר געווען אן ארײַנגײער צו מיר, פארשטעלט זיך אלס א קליינער אָנגעשׂטעלטער אין א פירמע, מע װײַזט מיר אָן אף אים, אז ער האָט אזוי אַנגעשלאָגן א יינגעלע, א ייַדישס דאפקע, װאָס האָט זיך געפּאקט בא אים אין סאָד, אף א בוים, אז דאָס קינד איז אוועק פון דער וועלט. קיין ריד דערפון האָב איך מיט אים ניט געמאכט, כ'האָב נאָר גוט דערװוּסט זיך אלץ פון דער זײַט--עמעס, און אָפּגעזאָגט זיך לערנען מיט אים, איך לייג זיך אין שפּיטאָל. און ער האָט מיך שוֹין ניט געדארפט אויך מיסטאמע. פאר אים, פאר אים איז איבערגענוג געווען דאָס ביסעלע, װאָס ער האָט א שמעק געטאָן, קעדיי נעמען בלישטשען צװישן די זײַניקע.. שפּעטער האַט ער אין װוין, װוּהין ס'זײַנען ארײַן די פאשיסטן, אָנגעפירט מיט דער ביוראָ, װאָס האַט ארויסגעגעבן די ייִדן אויסלענדישע ויזעס--אַדעםינאקעט איז מען געלאָפן פון די צאָרעס. און איצט, איך װיים דאָס--ער איז דער, װאָס שיקט אומעטום די מערדער.. איז טראכט איך, עס מוטשעט מיך און מוטשעט: פארװאָס האָט ער אָנגעטראָפן צו מירו.
כאצקל, נאָך א פאָרזיכטיקן הוסט:
-- װאָלט ער אָנגעטראָפן צו א צווייטן. אז ער האַט געזוכט, װאָלט ער געפונען,
-- און איך טראכט, אײַ טראכט איך װעגן דעם--געדארפט אוועק מיט די בראולאָ- װוער, פארבײַטן כאָטשבי איינעם פון די הונדערט מיט אכציק קדוישים. גערשמאן װאָלט מיך ארײַנגעשטעלט אינעם צעטל, אים איז אלציינס. װאָלט געלעבט און געמוטשעט זיך אף דער וועלט נאָך א מענטש, געהאָפט, ארויסגעקוקט אף דער געוֹלע. און איך..
אין דער סטאַראַזשקע, װוּ עס איז שטיל געװאָרן, איז װי הענגען געבליבן אָט דער ,,און איך". ליאָניע האָט זיך אײַנגעהערט א מינוט, צוויי, דרײַ. ער האָט צוגעמאכט די אויגן געצווונגען זיך צומאכן זיי, פאָרזיכטיק געפּרווט זיך אויסקערעווען אף א זײַט, ניט אופוועקן איגאָרן, װאָס האָט אין שלאָף אים אוועקגעלייגט די האנט אף דער ברוסט, און פלוצעם האָט זיך דערהערט ווידער נײַשטעטיקס קאָל:
-- א גוטער נאָמען בא אײַך--יעכעזקל. אגעוו, האָבן די נעווים געשטראָפּט, אָבער געטרייסט אויך, און קיינמאָל האָבן זי ניט געזאָגט, אז דאָס פאָלק װעט אונטערגיין. יע- כעזקל האָט, צוישן אלץ, װאָס עס איז דערגאנגען צוֹ אונדז, געזאָגט אזוינס: ס'װועט קומען א צײַט, ווען הערצער װעלן זײַן פון בלוט און פלייש, און ניט פון שטיין.. לאָמיר האפ
-- העניע שלאַפּט, -- האָט זיך דערהערט פון אפן-אויוון.
(סאָף קומט)
ארן װערגעליס
פונעם ליבע.ציקל
דער געצעלט
שײַנט ארײַן אין מיר דער דרויסן, מיט א דאך --ביז מארס דערהויבן, שײַנט ארויס פון מיר מײַן ועלט. מיט א דיל -- געמאכט פון ערד. מיט אזא מין בײַט כ'בין אויסן אופצושטעלן א געצעלט דער געצעלט װעט דיר געהערן.
זאָלסט אים האלטן טאָמיד ריין. מיט נעשאָמעדיקע שויבן, ס'וועט דער בײַט פארגעסן װערן, װאָס פון פרייד זײַנען פארטרערט, דער געצעלט װעט שטיין און שטיין.
גאנצפרי, באטאָג, פארנאכט
דער טאָג שפּרײט זיך אויס אף דײַן מענטשלעכן לײַב. גאנצפרי -- נאָך א בסולע, באטאָג -- שוין א װײַב, פארנאכט... ביז פארנאכט איז נאָך װײַט, דאנקען גאָט.
און דאַך -- צו דעם סאָפּטאָג געװענדט איז דײַן טראַט. (ווען קומען אהין וועסט, מיט וועלקונג באצירט, -- פארמאך ניט די לאָדן, פארהאק ניט די טיר.
װײַל כ'ווייס אף געוויס: ס'וועט מיר סטײַען אזארט אף לויפן צו דיר אויך פארנאכט, אויך באנאכט.
כ'ווייס ניט, און איך ווייס
אופגעראמט דעם הימל האָסטו קוקט אף דיר. דעם פיש איז שרעקלעך, פּונקט אזוי וי אף דער װאָר. װײַל ניט קלאָר עס איז צולעצט:
(פון דער וועלט די באלעבאָסטע װעסט א װאָרף געבן אים ברעקלעך, ביסטו שוין מיליארדן יאָר)- צי װעסט אױסשפּרײטן א געץ.. איידער שלאָפן גיין זיך לייגן, אין דֶעם שלאָף, צי בעגילופן -- האָסט דעם הימל אויסגעווישט. מער װי שטענדיק בין איך דרייסט.
די לעװאָנע, װי אן אייגל כ'ווייס ניט, ויאזוי דיך רופן,
פון אן אומזעבארן פיש, וויאזוי דיך זוכן -- כ'ווייס.
מע דארף בויען ערשט דאָס וועלטל
אוב אין מײַן נעשאָמע װעסטו, וי מע זאָגט, צעברעכן וועלטן,
זאָלסטו וויסן זײַך:
אזעלעכס קאָן מען טאָן מיט מיר גאָר זעלטן. זאָלסט ניט מיינען, כאסכאָלילע, אז דאָס האָט געקאָסט מיך װאָלװל, שווער א ליבע בוֹיען. שווערער װי דעם טורעם, װאָס אין באָװול.
און פארגעס ניט פארגעדענקען, אז דו בויסט דײַן ליבעיטורעם דאָרט, װוּ סיליגן בערג מיט ברוכווארג, אָנגעוואלגערט פון א שטורעם.
װײַל דער נעכטן, די אנטוישונג קריכן דאָרט פון יעדן שפּעלטל, -- פאר דעם הײַנט און פאר דעם גלויבן דארף מען בויען ערשט דאָס וועלטל.
פון געוויין ביזן שמייכל
דאָס װעט פריער צי שפּעטער אויך צום סייכל דערגיין.
פרעגט ניט אויס מיך, איך בעט אײַך, װאָס ס'באטײט איר געוויין.
דאָס איז מערער פון ליבע, און פון דעם ס'איז אויך מער,
װאָס, אין ביכער באשריבן, רופט ארויס אײַער טרער.
יאָ, דערגיין ס'וועט צום סייכל, און איר װעט דָאן פארשטיין; פון געוויין ביזן שמייכל דער מעהאלעך איז קליין.
באם צאָלן כויוועס
גאנצפרי איך קום, דעם קאָפּ פארדול דיר (איך ווייס: עס קומט פאר דעם א שטראָף), אז ביז פארנאכט זאָלסט זײַן געדולדיק-- צעצאָלן כ'וועל זיך ביזן סאָף.
אין גאנג פון טאָג, באם צאָלן כויוועס, איך גיב דיר אויך אן אדעראָף ==
דעם קומענדיקן כויוו לעטויוועס. צעצאָלן כ'וועל זיך ביזן סאָף.
אפילע ווען דער טאָג זיך ענדיקט
און ס'ווארט אף מיר שוין בלויז דער שלאָף, -- איך פיל זיך דעמלט אויך, װי שטענדיק. באם סאמע אָנהײיב, ניט באם סאָף.
בא ביידן איין געפיל
פרעג מיך ניט קיין שײַלעס, גלייב מיר אפן װאָרט. אלעמאָל איך ברענג דיך צו דעם זעלבן אָרט.
ס'טרעפט, אז מיט די שטראָמען, ס'יטרעפט---אנטקעגן װוינט, איין מאָל מיט א קלאָרקײַט, און א צווייט מאָל--- בלינד.
װאָס אין אָנהײב ויל איך, ווייס איך ניט אליין. פרעג מיך ניט קיין שײַלעס. פרעג ניט, װאָס איך מיין,
טראכט ניט צו קיַן טשוּוועס, כ'גלייב דיר אפן װאָרט. ווען איך קום צום ציל אָן, טרעף איך דיך שוין דאָרט.
59
דײַן אומרויק געשריי
צו דעם פייגעלע געגליכן, איז פאר עמעצן א רעמעז װאָס דעם װעטער ברענגט, דו ביסט. אף א רעגן אף א שניי זאָגסט אָן אומגליקן און גליקן, :
ווען דו טומלסט ניט, -- פארדריסט.
נאָר פאר מיר אן אויסברוך איז דאָס, פּונקט אזא װי דער װוּלקאן,
עפשער טאקע איז אן עמעס, וי דאָס װאָרט, מיט וועלכן קריסטוס אז דײַן אומרויק געשריי איז צו זיך אליין דערגאן. עפשער
עפשער איז נאָך ניט די צײַט,
צי די צײַט פארבײַ איז עפשער, נאָר איך זוך די פרוכט פארשטיט, און עס װוילט זיך מיר א העמשעך:
עפשער האלטסטו ניט פון דעם, צי דו ווייסט נאָך ניט, װאָס איז עס. קוילן האָבן ניט דעם שעם,
װאָס עס האָבן שוין די הילזעס.
עפשער ווייסטו פון פאָרויס, אז איך װעל בא דיר עס פּוילן. הילזעס האָבן ניט דעם שטויס, װאָס עס האָבן נאָך די קוילן.
ביידע ברעגן און דער בריק
קיינער האָט אזוינס נאָך ניט באשריב. ס'איז ביז אונדז צעפירט געװען דער בריק. קומט ארויס באגעגענען מײַן ליבע,
קומט ארויס א קוק טאָן אף מײַן גליק.
אויב איר האָט געזען שוין אויך אזעלעכס, איז עס א באװײַז, אז איר געדענקט
די באװוּסטע צײַט שלוימע האמעלעכס, וועלכע גאָט אליין האָט אונדז געשענקט.
נאָר אויב איר געדענקט ניט אזא ליבע,
אויב ס'איז ניט באװוּסט אײַך אזא גליק, -- הייסט עס, קיינער האָט נאָך ניט באשריבן ניט די ביידע ברעגן, ניט דעם בריק.
מיר נעמען שוין אוא מין פאל...
מײַן שאָכן איז ארויסגעפאָרן מיט א יאָר צוריק פון רוסלאנד, מיר נעמען שוין אזא מין פאל:
ער האָט, כאָלילע, רוסלאנד ניט געווינטשט קיין שלעכטס, קיין סוינע ניט געווען,
דעם סיידער איבערמאכן ניט געװאָלט.
עס האָט געטראָפן, מ'איז באגאנגען בענעגייע אים אן אוולע, ניט קיין גרויסע אוולע איז מען בענעגייע אים באגאנגען -- אף דער ארבעט, מעגלעך, צי אין גאס,
האָט ער א זאָג געטאָן זײַן פּלױנעסטע בעזע האלאָשן; ,װוייסטו װאָסז לאָמיר אװעקפאָרן קיין ייִסראָעל,
װײַל װאָס מיר זײַנען -- זײַנען מיר, אָבער ייִדן זײַנען מיר..*
א טאָג פארן אָפּפאָרן איז ער אוועק אף דעם הײליקן אָרט,
פאריכט די צאם ארום דעם זיידנס קייווער,
ארומגעקערט די פּלאטשיקע מאצייווע בא דער שוויגער
און לעם דער מאמעס קייווער געבליבן זיצן לאנג---
צוויי ריטשקעלעך פון ביידע זײַטן נאָז האָבן דאָס פּאָנעם אים געקיצלט. דערנאָך, ווען אין קאָנטײנערן מע האָט געפּאקעוועט דאָס האָב-און-גוטס, איז ער געווען אין קאעס, װאָס דאָס װײַב ויל מיטנעמען אזויפיל שמאָכטעס, און אף איר אָנגעשריגן: ,װאָס ס'טו טאָן מיט אָט די שמויסן,
אז באם בארג סינלי איז א היץ, װי אין די סאנדונאָווסקע באניעס?"
די ביכלעך האָט ער אויך ארויסגעװאָרפן פון די פּעק:
,סערגיי יעסענין פעלט דיר נאַך אין ערעץײייסראָעל!
פאראן דאָרט, לאָמיר האָפן, אייגענע יעסענינס..*
געמאכט אן אויסנאם פאר טורגעניעווס בוך. נו, מיילע...
ווען ס'איז די ריי געקומען צו די אָרדענס און מעדאלן,
האָט אֹים געדאכט: עס טוט א קיצל װוידער לעם דער נאָז
א טרער, נאָר ער איז בײַגעקומען אויך די שוואכקײַט.
האקלאל, אינגאנצן זיך' באפרײַט פון דעם, װאָס איז א לאסט
אן איבעריקע אין קאָנטײנער און -- באזונדערס-- אין זיקאָרן,
איז ער אוועק צום אעראָװאָקזאל אָן אינצידענטן
(דאָס קעצל מורקע האָט ער, עמעס, ניט געװוּסט װוּהין אהינטאָן, א צארבאלעכאום, נעבעך. בלשבט דאָ איבער אָן א היים..).
ס'איז דורך א כוידעש, צוויי און דרײַ. א יאָר איז דורכגעגאנגען.
מײַן שאָכן האָט געלעבט -- וי ס'איז געווען זײַן ווילן -- ניט אין רוסלאנה.
מיר נעמען שוין אזא מין פאל:
מע האָט ניט אָפּגעהאלטן צופיל צײַט אים אין אולפּאן,
קיין כויוועס ניט פארשריבן אים פאר אלץ, װאָס לאָזט זיך קאָסטן.
װי אנדערע, ער איז קיין גאסזיקערער ניט געװאָרן,
ניט אָנגעטראָפן אף א באלעבאָס, װאָס זעט אין יעדן אימיגראנט , פון דאָרטן" שיר ניט יענעם ליװויאָסן, װאָס װעט איבערקערן זײַן געשעפט.
ער האָט דאָס לעבן אײַנגעאָרדנט (דערוושל גיט אײַנגעפּונדעװעט, פארשטייט זיך) לוט נײַע קלאָלים:
אין שיפל בלײַבט בלויז איינער. שנעל דעם אנדערן דערטרינק, און בלײַב אליין..
41
אזוי װאָלט ער זיך אויסגעלעבט די יאָרן אף דעם נײַעם אָרט.
נאָר עפּעס האָט געטאָטשעט אים -- װאָס, אייגנטלעך, האָט ער נאָך ניט געװוּסט.
געשפּירט האָט ער א לײדיקײַט אזא, װאָס גאָרגישט קאָן זי ניט פארפילן,
א שװערקײַט, וועלכע גאָרנישט קאָן ניט מאכן גרינג.
באטאָג האָט אים געצויגן צומאכן די אויגן -- שלאָפן,
באנאכט האָט ער קיין אויג ניט צוגעמאכט.
די וועלט, װאָס ער געלעבט אין איר האָט פרזער
און ניט געטראכט פון דעם, װײַל זעלבסטפארשטענדלעך איז זי אים געווען -- זי האָט אצינדער אופגעלעבט אין אים -- א פּײַנלעכע דערמאָנונג --
און פון זײַן אײַנגעקאָרטשעטער נעשאָמע אלץ ארויסגעשטויסן, אלץו
קאָן זײַן, די מאָרעשכױרע האָט זיך אָנגעהױבן פון דעם מידבער-ווינט,
װאָס אָנגעגליטע זעמדעלעך טראָגט אָן -- א ריב-אײַזן פאר מענטשנס לײַב. אנומלטן, אין ערשטן אָסיען נאָכן אָפּפּאָרן פון רוסלאנד,
האָט ער געארבעט אפן װוינט, און מיטאמאָל דערפילט:
דאָס הארץ גייט אויס נאָך א ראסייער אַסיען
מיט ווינטלעך, ענלעכע אף נאסע בעזעמלעך;
װאָס שמײַסן כיעסדיק: סשוט װיי, נאָר סארא פארגעניגן!
דאָרט, װוּ ער האָט געארבעט, איז געוואקסן א פארפלאנצטער וואלד,
די ביימער זײַנען דאָרט אזוי װי מאצע טרוקן,
און ס'האָט זיך דעם געבוירענעם צוישן די צאָפּנדיקע וועלדער פאָרגעשטעלט א גאנצע וועלט מיט סאָסנעס און בערעזעס --
די קאָרע אױיסגעװייקט פון רעגנס און פון ראָסעס,
דאָס זשוכלע גראָז, דער בלעטערפאל -- אזוי געדיכט,
אז פערד-און-װאָגן ווערן דאָרט פאריזנעט,
אין פעלד עס קאָן די פעטע ערד אראָפּציַען די שטיוול בא די גייער...
פארנאכט-צו, נאָך דער ארבעט, פּרוּווט ער צושפּארן דעם קאָפּ, נאָר רו איז אים פארשפּראָכן. דאָס, װאָס אינעם דימיען ער זעט, װאָלט פּריַער ניט ארויסגערופן ניט קיין כידעש, ניט קיין פּײַן, אָבער אצינד מיט קאלטן שווייס באגיסט ער זיך. ער זעט: פארוקט די ארבל פונעם ציצן קאָפּטל, זײַן מאמע הייבט אָן קנעטן שנעל און מונטער (מיט ווארעמע צעריבענע קארטאָפל דָאָס קלעפּיק טייג פאראָשטשינעט אין מולטער). פּונקט װי זי װאָלט א שעד אין טייג פארטריבן און ער גענומען װאָלט דאָרט כאָרכלען, זויגן און מיט א פּאָר געזונטע, גראָבע ליפּן א דינינק, לעבלעך קוויטשיקל פארצויגן. די מאמע קנעט און קנעט... זי האָט כאראָטע, דעם שעד זיך אײַנמאָסטען אין טייג זי לאָזט שוין ניט, ארויסטרײבן זי וויל אים פון דער ראָשטשינע, פארטרײַבן פון דער שטוב, ארײַנטרײַבן אין בלאָטע.-.
די זעונג טוט זיך אָפּ פון אים צוזאמען מיטן שלאָף:
וי גוט װאָלט איצט געווען זיך דורכריידן מיט מענטשן. נאָר -- מיט וועמען? אין רוסלאנד װאָלט ער זיך אראָפּגערעדט פון הארצן אין פּראָפּקאָם, ארײַנגעגאן צו דעם פארטיינעם סעקרעטאר אפילע
(דאָס גאנצע לעבן וועט ער